מער פרטים קען מען הערן אויפן האטליין 212-444-1117
מער פרטים קען מען הערן אויפן האטליין 212-444-1117

תוקן על ידי rebyankel ב- 16/12/2009 23:53:06
|
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2734093&forum_id=16386
לאמיר מעתק זיין די לשונות אות באות פונעם טעיפ און דערנאך לערנען פשט,
שטייט עז כנמר אזוי הייבט זיך אן דער אורח חיים, עז כנמר מ'דארף צו זיין א עזות פנים, הוי עז כנמר, צום סוף זאגט די משנה עז פנים לגהנם, אז מ'איז א עז פנים גייט מען אין גהנם אריין, נאר וואס דען דארף מען וויסן ווי יא און ווי נישט, א אידישע מדה איז ביישנים, סוף שטייט ולא הביישן למד, אמאל איז פארהאנדען אז ס'טויג נישט, אלע מדות, רחמנים, חלילה אז מ'האט רחמנות ווי מ'ברויך נישט, ואלה המשפטים, דער רמב"ן זאגט אז מ'האט רחמנות ווי מ'ברויך נישט דאס איז דער חורבן עולם, און ל"ע אלע השמדיות און אלע זאכן דארט ווערן אויסגעהאלטן פון גומלי חסדים, פון אידישע גמילת חסדים, מ'דארף וויסן ווי יא און ווי נישט אזוי איז אלסדינג,
(דא לאזן מיר אויס א ווארט א דבר תורה וואס דער רבי האט געזאגט)
וואס איך וויל דאס ארויס ברענגען, עכ"פ בקיצור, כ'וועל נישט מאריך זיין מיט קיין דרושים, כ'וועל זאגן מגלה טפח ומכסה טפחים, נישט נאר טפחים אן א שיעור נישט נאר צוויי טפחים, די ישיבה פלאגט זיך מ'לייגט אריין כוחות, געפינט זיך יחידים, כ'זאג נישט קיין סאך, יחידים, דאס איז א געפערליכע שריט, איכה ירדוף אחד אלף איינער קאן מיט רדיפות ברוחניות אריינקריכן אין בויך אריין ביי טויזנט,
ורדו בכם שונאיכם, זאגט רש"י איני מעמיד אלא מכם ובכם, אפשר א טאפלט לשון?, די גוים זוכן נאר בגלוי די אידן זוכן מטמניות, וואסערע מטמניות?, זיי קענען נישט געוואר ווערן?, מ'גייט זוכן אז די גוים קומען אריין זוכט מען ארויס אלע באהעלטענישן, מטמניות איז פשט אינעווייניג בפנימיות הלב, וועגן דעם זאגט ער בכם איז טאקע ומכם,
זאל מען וויסן אזוי ווי עס איז דא אויף דער וועלט מחריבי עולם פונדרויסן, מיט כיתות שונות מיט דיעות שונות אפיקורסות מיט מינות, די דרכים מעוקמים, די זעלבע סט"א שטעלט אויף צווישן אידישע אידן דייקא מיט א לבוש פונעם פרומסטן אופן, אזוי ווי קנאות האלט אויף די וועלט, דאס אידישקייט, אזוי איז פארהאן א קנאות וואס מאכט חרוב די וועלט, ביים בעל דבר איז נישט פארהנדען ער פאפט זיך נישט, און דאס דארף מען וויסן דער שטן שטעלט אויף בכם ומכם, אינעווייניג אריין אינעם פנימיות, אינעווייניג שטעלט מען אויף,
איך וויל זאגן, איך הער אזוי אז ס'איז דא אין בית המדרש, און אזוי צווישן די בחורים, נישט קיין סאך, יחידים זענען דא וואס גייען ארום מדעת עצמם מ'פרעגט נישט קיין הנהלה, מ'האט נישט קיין דרך ארץ פאר קיינעם, מ'רעדט זיך איין אז מ'ווייסט אלעס, ס'איז דא אזעלכע וואס זאגן אז מ'פאפט מעך אויס, אזא טפשות, זאל מען וויסן די זענען די שלוחים פון די סט"א, די זענען דאס ארגסטע דאס פארדארבט,
פארפאלן, איך בין מגלה דעת אז איינער איז נישט צופרידן, אז איינער קלערט אז איך בין מיך טועה, איך קריך נישט אריין אין קיינעם, איך נייט נישט קיינעם, נאר איין זאך זאל ער זיך געזונטערהייט גיין, זאל ער זיך נישט געפינען מער דא אין די ישיבה, זאל ער זיך נישט געפינען מער אין בית המדרש, אז נישט וועל איך זיך נוקם זיין אין אים, מ'דארף וויסן אז דעס מאכט חרוב, דאס איינע זאג איך אן, עפעס אנדערש קאן איך נישט זאגן, איך זאג נישט קיינעם אז ער זאל גיין אויף מיין דעה, נאר וואס דען, גיין זאל ער זיך פון דאנעט, מ'קען נישט אזוי פירן, אפילו ס'איז מיעוטים ס'איז יחידים אבער דער סוף איז פון דעם אז דאס מאכט חורבנות,
ווייל אז מ'גייט אליין, קאן מען נישט וויסן און מ'קאן אריין פאלן און פארקריכן, ווען מ'קומט צו א פרשת דרכים.... וכו' וכו',
עד כאן לשונו הק'
א פחד נורא בכלל ווען מ'הערט דאס נאר אויף א כלי שני – א טעיפ, כ"ש די וואס האבן זוכה געוועהן דאס צו הערן מפה קדשו מפורש יוצא, די ציטער וואס האט אנגעכאפט די צוהערער איז נישט משיג צו זיין, ס'איז מסתמא די שווערסטע און שארפסטע לשונות וואס רביה"ק האט געזאגט ברבים,
די דערמאנטע דרשה איז באמת געוועהן א שווערע פרשה וואס איז כמעט נישט מעגליך צו פארשטיין, און ס'איז געוועהן א שטארקע תמוה און א צריך ביאור ביי רוב מנין ובנין פון סאטמארע חסידים, דא שטייט דער רבי דער רבן של ישראל שוין ביי די שנות הגבורות (א בן שמונים) די גאנצע וועלט ציטערט פאר זיינס א ווארט (שנת תשכ"ז) און ווייל אפאר נערנים מאכן א אייגענע פראטעסט איז דער רבי אזוי ברוגז?,
גענומען פון דאנעט http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2734093&forum_id=16386