דא האט איר די לינק קיקט אויך פעטש 12 (י"ב)
http://www.chomashadas.com/LinkClick.aspx?fileticket=16RIf3Deqvw%3d&tabid=39&mid=375
דעם שבת נאכן ליינען די ארטיקל אינעם חומת הדת, האב איך נישט געקענט גלייבן וואס דארט שטייט, אז מען האט גענומען א האלבע ספר תורה אין צוזאמגענייט מיט א אנדערע האלבע, בלויז פאר פראפעגאנדע, און דערנאך עס צוריק צונומען.
איך האב מיר נישט געפוילט, און אנגעהויבן נאכצוגיין די זאך, און איך האב געטראפן יונגערמאן (דעמאלט געווען נאך א בחור) וואס איז דעמאלט געווען אין קעמפ, האב איך אים געפרעגט, וואס עס איז געווען די מעשה, זאגט ער מיר, אז ער ווייסט נישט, אזויפיל ווייסט ער אז בערך אין שנת צווישן תשס"ב – תשס"ה ער געדענקט נישט גענוי, נאר איינע פון די יארן וואס ער איז געווען אין קעמפ, איז געווען א גרויסע הכנסת ספר תורה אין קעמפ בעת ווען דער (דעמאלטיגער קרית יואלער רב, היינט,) כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א איז געקומען באזוכען איז געווען א גרויסע הכנסת ספר תורה, און לידיעתו איז נישט געווען נאך א הכנסת ספר תורה, און דער דעמאלטיגער נדבן איז געווען ר' יצחק מארקאוויטש, אבער ער ווייסט נישט צו עס איז געווען פארטיג צו נישט, אבער דאס ווייסט ער יא אז די ספר תורה האט מען נישט געניצט ווייטער אין קעמפ נאר יצחק מארקאוויטש האט עס צוריק אהיים גענומען מיט זיך נאכן מעמד.
האבענדיג האלבע אינפארמעישן האב איך געפרעגט איינע פון די לאנג יארנדיגע מלמדים, וואס איז אויך געווען אין קעמפ, ווען איך האב אים געפרעגט די שאלה, האט ער זיך צושמייכלט און נישט געוואלט רעדן דערפון. זאגענדיג דערמאן נישט קיין אלטע אנגעווייטאגטע ענינים.
אבער ענדליך האב איך געטראפן א צווייטע מלמד, וואס האט מיר עס יא באשטעטיגט אז יא, די מעשה איז געווען אז ר' יצחק מארקאוויטש האט געלאזט שרייבן א ספר תורה פארן קעמפ, און דער פלאן איז געווען אז די הכנסה וועט זיין אינאיינעם מיט די יערליכע באזוך פונעם (רב) רבי, און מען האט דאס אדווערטייזט און אנגעגרייט די קינדער, אז עס גייט זיין א מעכטיגע מצב, און אלע קינדער וואס זענען נישט געווען אין קעמפ וועלן קומען צופארן מיט ווייסע העמעדער, אבער ר' יצחק האט געהאט פארגעסן זיכער צו מאכן מיטן סופר אז עס וועט טאקע זיין פארטיג, און ווען עס איז געקומען למעשה און די ספר תורה איז נאך נישט געווען פארטיג, האט מען דאס גענומען און צוזאמגענייט מיט יריעות פון אן אנדערע סופר, און געמאכט די פראפעגאנדע, און דערנאך עס צוריק אהיים געטראגן ענדיגן שרייבן.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 16/12/2009 16:01:10