היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » כמה טפשאי!! געלונגענער אמתדיגער ארטיקל!

כמה טפשאי!! געלונגענער אמתדיגער ארטיקל!

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2732852

לעקסינגטאן » 14/12/2009 21:57

אויפן דאזיגן ארטיקל שימפן און עס וויינען מיט קראקאדיל טרערן אלע זאלי בני יואל האטליינ'ס טעקסט מעסידזשעס און וועבזייטלעך

דאס אמת פאטשט זיי אין פנים און דאס קענען זיי נישט אריבערטראגן

כהאב עס דא אריין געסקענט פראפיזאריש
אז אויב עמיצער האט נישט עספיעט זיך צו שאפן און אפלעזן דעם ארטיקל זאל ער עס דא קענען ליינען


1)

[בילד – נישט אפגעהיט]

2)

[בילד – נישט אפגעהיט]

3)

[בילד – נישט אפגעהיט]

4)

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarBum » 15/12/2009 00:56

דא קענט איר עס הערען... די לעצטע עמוד דא:

http://mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=11526

רעכטער » 15/12/2009 01:23

איך מיין אז איך האב נאך קיינמאל נישט בייגעוואוינט דעם אויסדריק "דער אמת טוט וויי" אויף אזא מאסשטאבליכן פארנעם. ווער עס האט נאר באגעגנט א זאלי דעם שבת ווייסט וואס איך מיין.

א אינגערמאן פארציילט מיר אז עסן'דיג פרישטאג אין א רעסטוראנט דעם דאנערשטאג, האט ער צוויי מאל זיך שיער נישט דערשטיקט פון געלעכטער. וואס איז? ער זיצט רואיג און עסט פרישטאג, פלוצלינג הערט ער א שרעקליכער גערויש, געט ער זיך א דריי אויס, זעהט ער ווי א זאלי האט מיט א שרעקליכן כעס אויסגעשאסן דער בלאט אויף די פאדלאגע, בעת זיין געזיכט ברענט פאר כעס.

גייט נישט דורך קיין צעהן מינוט, שפאצירט אריין א צווייטער זאלי, דאס מאל האט ער שוין געוויסט אז מ'ברויך זיין גערישט, והך כוה, גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט, און דאס מאל איז דער בלאט געפלויגן ביז דער אנדערן זייט רעסטוראנט, פארשטייט זיך מיט א פלאם פייערדיגן פנים. די געלעכטער איז נאר, אז די ביידע האלטן זיך גאר פון די בעסערע קלאס, און זענען פון די זאלי נגידים.

דער אמת טוט וויי? דער אמת רייסט שטיקער!

פארשטיי » 15/12/2009 16:47

די דאזיגער ארטיקעל, ברענגט אריין דעם ים חזיר מיילעך שטערן שר''י, און א שעלטען גוסטע,  ער ברעשעוועט, ''השכלה''!, מען מאכט פארגעסען די וועגן פון רבי'ן זי''ע, !

ווען דער בלאט ציהט פאר די חברה אראפ די הויזען, פאלגט נאך  א טוץ מיט קללות נמרצות, אנגעהויבען פונעם ''לעצטען לייב'' דער הולך בגצניק, מיט די לאנגע נאז, דער פאלגט נאך די די גאנצע כאפקע לייצים,
מאגענשטערן, שטערן, פילאף (א) פילאף (ב) כ''ץ (א) כץ (ב) כץ (ג) וויינבערגער, טעטענבוים, גאלד (א) גאלד (ב') קופמאן, וואלדמאן, בלומענפעלד,  

בקיצור עס ווערט פרייליך און שטאט, אז די וואך האט מען ענדליך געכאפט דער בלאט מיט השכלה, ניוול פה, אראפירען פון וועג וואס די רבי זי''ע האט אונז געלערנט, מאכען א בלאט פלעק אויף די נשמה, וכו'