היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שארפע דרשה קעגן אנשי דלא מעלי מרבינו בעל ברך משה זי"ע,

שארפע דרשה קעגן אנשי דלא מעלי מרבינו בעל ברך משה זי"ע,

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2732822

רבי_יונה » 14/12/2009 20:44

א דרשה פון בעל ברך  משה פון שנת תשנ"ה בערך, איז יעצט אפירגעקומען, וואו ער רעדט גאר שארף קעגן די מוסרים קליקע, די אנשי דלא מעלי.

ער דערציילט ואוס זיי האבן געטאן צו הרה"ח המפורסם ר' לייביש לעפקאוויטש ראה"ק ומנהל מוסדות סאטמאר. ווי אויך זייערע רשעות'ן און חילולי שבת וואס תסמר שערות אנוש.

ער שילדערט ווי זיי האבן אים אמאל אנגעפראסקעט, בחיי רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע.

דער טעיפ איז דא, און איך האף עס צו באקומען און ארויפלייגן אז יעדער זאל הערן, ווער די באנדיטן זענען געווען עד היום הזה.


ס'איז נאר א נחת ווי דער נועם המדות'ניק, בועט באביו (נישט רבו, ער האט קיינמאל נישט געלערנט) לעקט זיך צו די מוסרים ומהרסים ומחללי שבת. ולא לחנם הלך הזרזיר אצל העורב.


פרטים יבואו

רבי_יונה » 14/12/2009 21:21

עס איז מערקווירדיג צו הערן ווי דער ברך משה אליינס דערציילט אז ער האט אמאל געזאגט אויף זיי "אנשי דלא מעלי"

און ער פירט אויס: איך האב געזאגט אנשי דלא מעלי, ווייל איך האב מורא געהאט צו זאגן וואספארא רשעים זיי זענען  !
דאס זאגן אנשי דלא מעלי איז נאך געווען מילד גערעדט


איך מיין אז דער טעיפ איז א יחיד במינו. ס'איז ביז היינט נישט געווען מפורסם.

.

רבי_יונה » 14/12/2009 23:43

הערט די דרשה דא.
 


http://www.zshare.net/audio/698989388b76b837/

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 14/12/2009 23:44:50

רבי_יונה » 14/12/2009 23:56

די דרשה אויף יו סענד איט.

http://www.yousendit.com/download/MVNjY05oZEtRWUpMWEE9PQ

Isacmandel » 15/12/2009 00:02

א גרויסן דאנק יונה.

איך האב עס יעצט געהערט, און ס'איז ממש פחדים וואס ער פארציילט דארט.
די שרעקליכע רשעות וואס זיי טוען אלע יארן ווען זיי האבן זיך געדרייט ביים פעטער. אומגלויבליך.

און דאס וואס אזיי האבן אנגעפאטשט רבי לייביש לעפקאוויטש איז פאר מיר אמת'ע נייעס, איך האב דאס קיינמאל נישט געוואוסט ביז היינט.

מ'דארף פשוט דאנקען און לויבן דעם בוכ"ע אז מ'איז פטור געווארן פון די רוצחים.

nys10952 » 15/12/2009 00:15

די נעמסט די אחריות אויב דע בני יואלע וועלן ארויף לייגן דע אלע דרשות וואס די רבי דער ברך משה האט געזאגט דע אלע יארן פין די ווערימדיגע אין די פגום דרשה אין אזוי ווייטער די נעמסט די אחריות פין מבזה זיין אינזער רבי ווי איז דיין שכל האסט נישט מורא היזהרו בגחלתן !!!!!!!!!!!!

רבי_יונה » 15/12/2009 00:25

WOW !

גיין קאורט מעגן מען.
מחלל שבת זיין מעג מען.
שלאגן ר' לייביש לעפקאוויטש ז"ל מעג מען
אראפשארן געלט פון רבינ'ס טיש, מעג מען.
רצח'ן, הרג'ן פאטשען אנשים נשים וטף מעג מען.

נאר דערציילן זייערע השחתה טאר מען נישט !




אפשר טאר מען נישט פראטעסטירן קעגן די ציונים אויך נישט...

יענקעלע11 » 15/12/2009 00:29

אדרבה, לאזן זיי ארויף שטעלן, און אויב וועלן זיי דאס נישט שטעלן
וועלן מיר דאס דארפן ארויף שטעלן, ירא הקהל וישפוט.
זאל די וועלט וויסן ווער די בני המן זענען!!!

רבי_יונה » 15/12/2009 00:34

מילא דאס פארציילן די שרעקליכע השחתה אינערהאלב די בני יואל'ע ווערמעדיגע קינדער רח"ל פארשטיי איך.
ווי למשל די מעשה ווי א בני יואל מיידל איז ליידער געווען... וד"ל וד"ל.

לאמיר זיך נישט פאפען. די בני יואל איז א פיצי פארשטיקענע געמיינדע, פארדארבן פון קאפ ביז פוס.
און זיי האבן נישט קיין 6000 קינדער, ניטאמאל א פערטל דערפון.

און אזויפיל שרעקליכע זאכן דארט. הלא דבר הוא ! און דאס דערציילן מיר נישט !



אבער זייערע רשעות איז א מצוה מפרסם צו זיין !

רבי_יונה » 15/12/2009 00:39

איך האלט אז דער ברך משה האט פשוט פארשעמט די ווערים, מיט'ן זאגן אז די בני יואל זענען ווערימדיג.

זיי זענען פיל ערגער פון דעם. די ווערים האט דער באשעפער אזוי באשאפן. אבער די בני המן זענען פשוט פארדארבן ליידער מכף רגל ועד ראש. איין שטיק טומאה וזומהא. מיט אלע זייערע רע-בנים !

טמא טמא יאמר לכם !

מבני_בניו » 15/12/2009 04:06

רבי יונה קענסט עס פליז איבערלייגען אויף יו סענד איט? סהאט שוין געריטשט די דאונלאד לימיט, ישר כח

טראק » 15/12/2009 04:18

עס איז זיס צו זעהן ווי די בני קרח רוצחים שרייען איצט: האטס רחמנות...

פאראלעל » 15/12/2009 04:47

פארוואס לייגט מען עס נישט ארויף אויף יו טוב ?

פארשטיי » 15/12/2009 17:34

ווער עס הערט דעם טעפ, ווערט נבהל ונשתומם, דער ברך משה זי''ע איז געווען שארפער קעגען די בני המן, וואו אלע היידפארק שרייבער אונאיינעם,

 

איך געדענק ווען מיר האבן נישט פארשטאנען די הייליגע ווערטער פונעם ברך משה זי''ע, ווען ער האט אנגערופען די בני המן ''ווערים און קרעטץ'',

 

היינט שטעלט זיך ארויס, וואו אזוי ר' יונה זאגט, אז דער הייליגער ברך משה האט גאר פארשעהמט די ווערים און די קרעטץ מסוף העולם ועד סופו מיטן צו גלייכען די דאזיגע ''לאבעצעס'' צו די ווערים און קרעטץ, ל''ע 

 די הגדרה, און דעם טיטל אויף די דאזיגע עבריינים, לאבצעס, לייצים, קאמיקער, משוגעים, פארביסענע, משחתים, חמסנים, איז נאך נישט באשאפען געווארען,
 
אפשר בימי הברך משה זי''ע  האט עס נאך געהאלטען ביי ווערים און קרעטץ,

 

די הייליגע רבי דער ברך משה זי''ע זאגט ביי די דאזיגע דרשה 2 אונטערסאנטע אויסדריקען,

 

 1 ער זאגט, אז עס האט אים געבלוטיגט ביים הארטץ, צו צוזען וואו עס דרייען זיך ביים פעטער און שטוב אזעלכע לאבעצאס, אונדערצייט וואס אונדערהיים  האבן זיך געדרייעט ביים פעטער נאר ערליכע יודען וואו הרב ר' לייבעלע פאשקעס הי''ד מיט ר' יעקב הערש טארנער, (פריעדמאן) הי''ד,

 

 2 עס באדערט אים אז ''עמי הארצים'' האבן זיך געדרייט ארום רבינו הקוה''ט זי''ע

 

לאמיר זיך מתבונן זיין און נימער איינס,

 

אונדערהיים האט זיך געדרייט ביים רבי'ן זי''ע אזא יוד וואו ר' לייבעלע פאשקעס, וואס איז געווען א ת''ח עצום, און א צדיק תמים ונשגב, כאטש ער איז געווען פון פאך אויס א רואה חשבון, און מען האט געזען אויף די ביכער אויף וואס ער האט געארבייט, וואו עס איז אונגאנצען פול מיט שפייעכס, ווייל ר' לייבעלע איז אויף געווען ביי די נעכט און געלערנט תורה בקדושה ובטהרה, איז ער איינגעשלאפען אויף די ביכער און מיטן די ארבייט, דאס איז געווען ר' לייבעלע,

 

ר' יעקב הערש , די זעלבע זאך, א ת''ח עצום א יר''ש מרבים, א חכם ונבון,

 

די דאזיגע יודן האבן זיך געדרייט אונדערהיים ביים רבי'ן זי''ע,

 

נישט אזעלכע, וואס האבן אפגעכאפט קאסעטעס, פון פארשידענע מאמענטען און שטוב פון רבינו הקוה''ט זי''ע, ואכמ''ל, און עס דער נאך איבערגעהערט, און זיך געקוילרט פאר גלעכטער! ( איר קענט דאס איבערפרעגן דוד ירמי ברייער דער בעל הקאסעט)

 

נישט א זעלעכע וואס ווען רבינו הקדוש זי''ע איז נישט געווען געזונט, און ער האט זיך נישט קענט באוועגען אן קיין הילף, און ווען ער האט געברויכט ארויס גיין, און פונקט האבן די לאבעצעס געהאלטען און מיטן פרעסען, האבן זיי זיך אנגעריפען מיט ביטול ''זאל דער אלטער א ביסעל ווארטען'', ( עיין ערך יעקל תרח, יעקב יוסף ווייס - יעקב הערש ברייער )

 

נישט א זעלעכע וואס האבן געפראסקעט ביים קרעפל פשעטעל, מכות רצח כדרכם, און רבינו הקוה''ט האט דאס נישט געקענט צוקיקען, האט ער א פרעג געטאן דעם שלעגער ''זאג די ווייסט אפשר וואס א  פרוסבול מיינט''?,

רבינו הקוה''ט האט דאן געזאגט דאס פשעטיל אויף די סיגיא פון פרוסבול, און דער שלעגער האט דאך אוודאי נישט געוויסט, פון וואו זאל ער וויסען וואס פרוסבול מיינט?, ער ווייסט נאר פון געדישעכס, מיט קנאבעל בארשט, מיט זידיגע לעבערלעך, קאקאש קעק, מיט פארפעל, מער אונטערסירט אים נישט, 

האט אים די רבי זי''ע אנגעשריגען ''דאן פארוואס טיילסטו פעטש''?  (עיין ערך יענקל תרח)

נישט א זעלכע וואס האבן אנגעפראסקעט ר' יונה עסטרייכער און מיטן די הקפות, על לא עוול בכפו,  אדער ווייל ער האט אים נישט ''מהנה'' געווען, ווער ער איז זיך געווען געזעגענען פאר די הייליגע טעג,  (עיין ערך זלמן לייב וואלדמאן)

 

נישט אזעלכע וואס האבן אנגעפראסקעט ר' לייבוש'ען (עיין ערך בל המושיען של ישראל- יענקל תרח – ברוך מרדכי א. יעקב הערש ברייער)

 

נישט א זעלכע וואס האבן ארויסגעצווינגען געלט פון נגידים, וואס האבן זיך געוואלט געזעגענען ביי רבינו הקוה''ט זי''ע, ( עיין ערך בעל הבגץ, בעל המושיען, בעל עשרת אלפים, וכו' וכו'

 

און מיר דארפן זיך נאך ספארעווען מיט  די דאזיגע ווערים'דיגע קרעציגע עמי הארצים, לאבעצאס, עד היום הזה!!!

 

2 עמי הארצים,

 

 ווען דער ברך משה זי''ע וואלט ווען געחלומ'ט, און וויסטען חלום, אז אויב האט מען גבאים עמי הארצים קענען זיי נאך איין טאג אויף נעמען א ''רבי'' א  שרעקווערדיגער מן הארץ, און אום אנטאן ווייסע זאגען אונדערוואכען, מיט ווייסע שלאף קלייד, מיט געפעטיטע מכנסיים, מיט בענדלך אויף די אונטערוועש,  מיט א זילבענע שטעקען, און דער האנד, מיט רבנישע  ברילען, מיט גרויסע שוך, און ויהי לרבי, וואס וואלט ער דאן געזאגט???

 

 

 

 

 

 



תוקן על ידי פארשטיי ב- 15/12/2009 17:40:44

rebyankel » 15/12/2009 19:26

איך האב געהערט די טעיפ, אין כ'קען נישט פארשטיין וויפיל שנאה אין רשעות א זוהן קען האבען קעגן א אייגענע טאטען, וואס האט אים קיינמאל קיין שלעכטס נישט געטוהן, (אין דער זוהן האט נאך בחיוו אסאך רשעות געטוהן אין עס אנגעלייגט אויף זיין הייליגען טאטע'ן), ער קען נאך יעצט טאנצען מיט מענטשן וועלכע האבען אזוויפיל געטרינקען זיין הייליג בלוט

הרב ז' ל' ט'  מעגסט דיך שעמן, אפי'  עשו הרשע האט כאטש כיבוד אב געהאט,
האסט געהאט אזא הייליגען טאטען
 אין די קענסט חנפנ'ן מענטשן וועלכע האבען אים מקצר ימים געווען, אין רעדן נאך היינט ברבים אזוויפיל דברי דופי קעגן אים...
וויאזוי האט דיין האנט נישט געטרייסעלט בשעת עס האט אנגערירט די ידים ידי עשו פינעם מסור ומלשין וואס האט אזוויפיל געארבעט אינטערצו ברענגן דיין טאטען ז''ל אין זיך אזוי ווארים געדריקט מיט אים כמ''פ ברבים,
 וויאזוי האסטו דיך נישט געשעמט מספיד צו זיין איינעם וואס האט אזוי שווער געארבעט חרוב מאכען דיין טאטען, ווען אויף זיין ארון איז אויסגעשפרייט די נאמען פין די קהילה וואס איז געגרינדעט געווארען קעגן דיין טאטען ז''ל אין איז ג'אסר'ט געווארען דורך די גדולי הדור בימים ההם.
די שעמסט זיך נישט אז דיין נאמען לויפט אלס נשיא פין א ישיבה וואס די האסט געניצט דיין טאטען'ס נאמען עס צו עפענען כדי צו קענען שטויסען דיין ברודער, אין ווען די האסט געוואלט כשר'ן דיין חזיר פיסל אין עס רופן 'ברך משה' האבען די תלמידים/עלטערן/שטיצער געזאגט מיר לאזען דיך איבער, אין די האסט אימפארשעמטערהייט געזאגט בלייטס מיט מיר אין כ'לייג נישט מיין טאטען'ס נאמען.
ביי דיר אין {ג'גנבט'ע} ביהמ''ד ווען מ'עפנט א סידור וואס דיינע מענטשן האבען געלאזט דרוקען ווען אויף איין זייט שטייט א 'לזכרון בהיכל ד' מיט די נאמען פין דיין הייליגע טאטע, איז עס אנגעפירקעלט אין כמעט אלע סידורים,
אדער ווען מ'קומט אריין ביי שער 'אלטא פיגא' אויף וומ''ס סט' אין דארט שטייט צווישען אנדערע ... לרבותינו הקדושים איז עס אזוי מיעס אינגעפירקעלט...
ווען די וואלסט געווען בעה''ב אויף די ביה''ח וואלסטו שוין געמאכט א וואנט צווישען רבי'ן ז''ל אין דיין הייליגען טאטען אלעס צו געפעלן פאר די כת.
עס איז דא אסאך צו רעדן וועגן דעם ועוד חזון.
שעם דיך!

רבי_יונה » 15/12/2009 20:00

די פייל איז נאכאמאל ארויפגעלייגט אויף יו סענד איט.

http://www.yousendit.com/download/MVNjc2ZGUnJTSURIRGc9PQ


גביר_אדיר » 16/12/2009 07:23

עס האט שוין ווידער געריטשט דעם לימיט, אפשר נאכאמאל, פליז

טשאמפיאן » 16/12/2009 20:22

מען איז מחויב מוחה זיין אויף בזיון ת"ח כ"ש א נפטר

יעדער ווייסט אז דער ברך משה זצ"ל האט זיך געשעמט מיט די דרשות

דאס איז רעכט מתכבד עצמו בקלון רבו

rebyankel » 16/12/2009 20:29

באדל וועט דער סויער דעקל מסביר  זיין אז רביה''ק האט זיך געשעמט מיט די דרשות קעגן ציונים אויך

פארשטיי » 16/12/2009 20:57

טשאמפיאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

מען איז מחויב מוחה זיין אויף בזיון ת"ח כ"ש א נפטר

יעדער ווייסט אז דער ברך משה זצ"ל האט זיך געשעמט מיט די דרשות

דאס איז רעכט מתכבד עצמו בקלון רבו



זאג די ביזט ביי קלארע געדאנקען?

וועלעכע דרשה האט זיך דער ברך משה געשעהמט? מיט די דאזיגע דרשה? פארוואס וויייל ער זאגט א יענקל תרך איז א לאפעץ, א מן הארץ? א גנב? א באגאבונט? 

די האלסט אנדערש? די קאנסט אים?

אדער ווייל ער האט געזאגט אז די שקצים האבן אים באקלאפט? און אנגעפראסקעט ר' לייבוש?

ח''ו צו זאגען אז דער ברך משה האט זיך געשעהמט מיט די דאזיגע דרשה, יעדעס ווארט איז אמת, און הייליג!

טשאמפיאן » 16/12/2009 21:14

א"כ אפשר פועלסטו ביי מהר"א ער זאל נאכאמאל האלטן א דרשה און איבער'חזר'ן די דבר"ק אז יעקל ברוך איז א וכו'  פשוט להחזיר עטרה

טשאמפיאן » 16/12/2009 21:30

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
באדל וועט דער סויער דעקל מסביר  זיין אז רביה''ק האט זיך געשעמט מיט די דרשות קעגן ציונים אויך

רביה"ק דרשות זענען געדריקט און טויזענטער אידן לערנען דאס, און שטאלצירן בשיטתו הבהירה,
די דרשות זענען נאר געדריקט צו טשעפען דעם ברך משה, אדרבה פארוואס דריקט איר נישט אפ די דרשה אין בלאט? פארוואס איז עס בשעתו נישט געווען געדריקט אין איד וכדו', נאר דער פנים חדשות הידועה לשמצה האט זיך ציגעכאפט צי די דרשות ווי הייסע לאקשן?

לעקסינגטאן » 16/12/2009 22:28

מקען עס אראפלאדענען פון דאנעט

http://www.gigasize.com/get.php?d=7kmygv4gjrf


רעכטער » 20/12/2009 21:09

אין א לענגערן שמועס מיט א קרית יואל'ער עזות פנים, אויף מיין פראגע וויאזוי ער קען מחזיק זיין אזא איינער וואס חבר'ט זיך מיט זיינע טאטנס בלוט זויגער, האט דער עזות פנים געענטפערט אז דאס איז טאקע דער סיבה פארוואס  ער שטיצט אים! וויבאלד עס שטייט אין שו"ע (ער איז נאך א ת"ח אויך) אז אויב דער טאטע איז געווען א רשע איז א מצוה אים מבייש צו זיין!

א ריכטיגער ביישפיל פון וועם מ'רעדט דא. ס'נישט דא קיין לשונות צו דעסקרייבן אזאלעכע פארשוינען.

ער זאגט אבער אז ער גייט לכתחילה זיך נישט קובע מקום זיין אין סאסמאן, צוליב דעם וואס זיי האבן נישט ארייגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער צו ראטעווען דעם מושב לצים, און זיי האבן געווארט אויף דעם מינוט אז ס'זאל זיך פארשפארן, והא ראי' אז זיי האבן גלייך אויפגעהאנגן א צעטל מיט די סדרי התפלה פון סאסמאן אין אלע לעכעלעך פון די עזות פנים'ער, דארט ווי מ'האט צוזאמגעשאלטן רביה"ק זי"ע רח"ל.

רעכטער » 21/12/2009 18:06

איך האב מיר ערשט יעצט גענומען די צייט אויסצוהערן דעם דרשה פון רבי'ן זי"ע, וואס זאל איך אייך זאגן? איך קען אייך בלויז זאגן אז עס באדערט מיר אז איך האב עס נישט געהערט אביסל פריער.

דער רבי זי"ע רעדט דא פון עטליכע זאכן:
- איבער קרית יואל - א כלילת יופי,
- די מסירה וואס די מרימי יד בתורת משה האבן אריינגעגעבן קעגן די הנהלת הקרי',
- איבער די ניסי ניסים אז פון אלע זייערע מסירות איז גארנישט געבליבן,
- איבער די רשעים וואס האבן זיך באזעצט ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און צוזאמגעפייניגט אנשי שלומינו,
- איבער די טייכן טרערן וואס רביה"ק האט פארגאסן איבער די רדיפות נוראות וואס די רשעים האבן צוזאמגעפייניגט להבחל"ח דעם סאטמאר'ן רבי'ן שליט"א,
- איבער דעם איסור אויף די ת"ת פון די עזות פנים'ער,
- און נאך.

פאר ווער עס האט דאס נאכנישט אויסגעהערט: ס'לוינט זיך אלע געלטער.

וואלןסח » 21/12/2009 18:30

איך האב דעם שבת גערעדט צו א חבר מיינער וואס ער האט מיטגעהאלטן יענע צייטן, זאגט ער מיר אז די דרשה איז פון כ"ו אב תשנ"ב, און ער זאגט מיר אז רוב דרשה איז שוין געדרוקט אין אבני שהם דרשות לכ"ו אב.

איך האב נישט דא ביי מיר קיין אבני שהם, ווער עס האט ווערט געבעטן עס אריינצוסקענען דא, אדער אפשר אויב כ'וועל עס שאפן וועל איך בל"נ פרובירן אפצוטייפן.