היינט כ"ז כסלו פאלט אז דער נס ההצלה פון הייליגן ברך משה זי"ע וואס ער איז געראטעוועט געווארן פון אן עראפלאן קראך בעת א שווערן שניי שטורעם.
בשעת מעשה ווען די חסידים האבן געטאנצן חסדי ה' כי לא תמנו, האבן זיי נאכנישט באגריפן דעם געוואלדיגן נס, וואס עס האט פאסירט מיט כלל ישראל מיט די דעמאלטסדיגע הצלה פון ברך משה זי"ע,
אי לאו האי ניסא, וואלט נאך יענעם טאג דערקלערט געווארן רא"ט אלס איינציגער סאטמאר'ער רבי און הערשער איבער די גאנצע וועלט, און טויזנטער אידן וואלטן אריינגעפאלן אונטער דעם ברוטאלן הערשאפט.
ווען מען קוקט היינט צו, מיט וואס פארא רשעות'דיגע ראשי קהלה און ליצים בלאט שרייבערס ער האט זיך ארומגענומען, און ער האלט זיך נישט צוריק פון גארנישט, ער שפארט צו בתי מדרשים, מבזה מתים, שלאגט זיך מיט צדקת רבי מאיר בעל הנס, און האט אויפגעשטעלטן א גאנצן אפאראט פון רשעות און ליצנות.
און ווי די חשוב'ע רבנים האבן דאס גוט ארויסגעברענגט אין די דרשות פאריגן זונטאג, אז ער קען נאר טאן די אלע רשעות, ווייל ער ווייסט אז זיין ציבור איז מסכים דערצו, דאס מיינט אז ער האט זיי שוין ליידער אראפגעפירט ביז אהין, און ווער ווייסט צו וואס נאך זיין זענען אלס מסכים.
אין אזא טאג דארף מען טאנצן און שפרינגען, און לויבן השי"ת אז ער האט איבערגעלאזט דעם הייליגן ברך משה זי"ע אויף נאך א צען וויכטיגע יארן, בשעת ער האט מקיים געווען די עצה און דעם פועל דמיוני פון יעקב אבינו ע"ה, ויחץ את העם אשר אתו ולשני מחנות, ויאמר אם יבוא עשו אל המחנה האחת והכהו
והיה המחנה הנשאר לפליטה