א''כ ידידי מאז ומקדם הרה''צ רבי יחזקאל גאלד שליט''א,
מיט א שווער הארץ און מיט א שווער געמוהט זעץ איך מיך אראפ שרייבן צו מיין
אלטן ידיד נעורים רבי יחזקאל גאלד שליט''א, איך האב געהערט די דברי בלע
וואס דו האסט ארויס געשריגן מיט ווייטאג פארגאנגענעם זונטיג פרשת וישב אין
קרית יואל, האסטו אמאל איבער געהערט דיינע אייגענע דיבורים? טייערער ר'
יחזקאל, איך בעט דיך זעץ דיך אראפ אזוי בינך לבין עצמך און הער איבער דיינע
דברי חוצפה וואס איז געזאגט געווארן נאר מיט שנאה, יא, איך ווייס, און די ווייסט
אז מען האט דיך פערזענדליך מיאוס באעוולט, מען האט מיאוס מבזה געווען איינעם
פון דיין משפחה בשעת ער האט געטוהן א מעשה נערות, יא איך האב פלענטי מיט
געוויינט מיט דיר באותו שעה, אבער דאס פארענטפערט נישט די שקרים וכזבים
וואס דו פארשפרייסט, גדולה השנאה שמקלקלת השורה, אז אזא אדם גדול
ותלמוד חכם ווי דו ביסט, זאל זיך מתיר זיין זיך צו באטייליגן אין אזא בזיון הספרי תורה
דאס האב איך פשוט נישט געגלייבט.
דו האסט שיינע מעשיות פון הייליגן בעל דברי יואל, א שיין ווארט פון רבי מיכאל בער,
לאמיך דיך פרעגן, האט רבי מיכאל בער דאס געזאגט אויף רבי אהרן? אפשר האט ער
געמיינט די חסידים פון רבינו יואל זי''ע?, און אויב א רבי פירט אין זאגט שלש סעודות תורות
איז ער הרב קוק ימ''ש?, נו, דער דברי יואל האט דאך אויך געזאגט שלש סעודות תורות?
איז טאקע יעדער ווער עס זאגט שלש סעודות תורות געגליכן צו הרב קוק שר''י?,
דו שעמסט דיך נישט רבי יחזקאל? די שטעלסט דיך צוזאם מיט די גרועים שבמחנינו?
אנשטאט זיך צו פרייען אז ענדליך האט מען צו געשפארט דעם מושב ליצים, אנשטאט צו
זינגען דעם זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו, אז ענדליך נאך אזוי פיל יאר וואס דארט
אין דעם הייליגן דירה פון אבינו רועינו זי''ע האט מען דאס פארווערט אין א פרעס זאל, פון
דאנערשטיג נאכט ביז צום זמן הדלקת הנרות פון שבת האט מען דארט געפרעסן טשאלענט,
שבת האט מען דארט צוזאם געזויפט אלע טרפה'נע משקאות אז הצלה האט כסדר געדארפט
פון דארט ארויס טראגן שיכורים, אוי לעינינו שכך רואות, א פלאץ ווי דיין אייגענער שווער רבי משה טארים
פלעגט צו זאגן אז מען טאר נישט אריין טרעטן ווייל עס איז א מושב לצים, דאס באוויינסטו אז מען
האט אפגעשפארט?, דער טאג וואס מען האט דאס אפגעשפארט איז א יום טוב פאר כלל ישראל!,
און א זכות לנשמות רבינו יואל בן חנני' יום טוב זי''ע והרבנית אלטא פיגט בת אביגדור ע''ה,
אן דאס באוויינסטו???.
רבי יחזקאל! רבי יחזקאל!, וואס האט דיך ענדליך געמאכט חלש'ן? האסטו דען געחלשט ווען דער
מסור דמתא האט נאכגעשריגן רבינו בעל ברך משה זי''ע "כומעני"?, האסטו דען געחלשט ווען
די זעלבע מרימי יד בתורת משה וואס האבן אצינד ארויס געטראגן די ספרי תורות מיט אזא ביטער ליצנות
האבן יארן צוריק אריין געווארפן טייגלעך אין אויבן מיט א פרעכע ליצנות אין גישריגן כן יאבדו משה סיגוטער,
עפ''ל, האסטו דעמאלטס אויך געחלשט?, האסטו געחלשט ווען מען האט שופך דם געווען פארן ברך משה?
האסטו געחלשט ווען מען האט גערופן א רב בישראל אין ערכאות וואס האט אויפגעשוידערט די וועלט
מסוף העולם עד סופו, און אפילו דער בית הגדול שבירושלים האט דאס שארף פארדאמט, האסטו דעמאלטס
געחלשט?, וואס האט דיך פלוצליגע יעצט געמאכט חלש'ן?, ווען די בני יואל האבן בשנת תשס''ד געשיקט
א קארט סובפינע פאר קהל יטב לב פון קרית יואל דעמאלטס איז דיר בכלל נישט אנגעקומען צו חלש'ן,
נאר יעצט ווען דער שופט וואס זיי האבן אליין גענומען האט געפסקעט אקעגן זיי, בור כרה ויחפריהו,
יעצט האסטו דיך דערמאנט פון די ווערטער פון חפץ חיים און מחליט געווען צו חלש'ן...
יחזקאל, דו שרייסט נעבעך מנהמת ליבך, פלייש, נבילה וטריפה! מרשעים יצא רשע!, זייער פלייש איז נישט
כשר! פארוואס?, ווייל איך יחזקאל גאלד איז ברוגז אויף רבי אהרן ווייל מען האט זיין זוהן ארויס געווארפן פין
די ישיבה בחרפות ובבושות, נו, איך פארשטיי, אז "דו" ביזט גרייט צו עסין מפוקפקדיגע פלייש, וואס האט נאר א
הכשר ממליחה ואילך, און פלייש וואס מען זאלצט מיט זאלץ וואס רבינו זי''ע איז געווען שטרענג דערקעגן,
אבער אזויווי גדולה השנאה שמקלקלת השורה, וויל איך דאס עסין!, אבער וואס ווילסטו פון די טויזענטער
אידן וואס זייערע קינדער האט מען נישט ארויס געווארפן פון די ישיבה?, זייערע קינדער האבן נישט אינטער
געצינדן דעם אפיס פון די ישיבה, טארן זיי אויך נישט עסין פון די מהודר'דיגע פלייש?, אלע רבנים ודיינים
זענען מלאים בשבח הבית השחיטה המהודרת, קומט א ראצפאת, און שרייט נבילה וטריפה!!!, שעם דיך
אין דיין פנים, בו בזמן וואס כל גדולי ישאל שבדורינו זענען משבח ומעריץ כ''ק אדמו''ר שליט''א, אנגעהויבן פון זקן
הרבנים רבי שמואל הלוי וואזנער שליט''א, ואתו דער ראב''ד רבי משה שטערנבוך שליט''א, וכל חברי הבית דין
צדק שעל ידי העדה החרדית בירושלים, ווי אויך רבי אליקים שלעזינגער שליט''א, הרב דוננער שליט'א,
רבי חיים לייב כ''ץ שליט''א, רבי בנציון שטראסער שליט''א, רבי יחזקאל ראטה שליט''א, הרב רבי ישראל
צבי ברודא שליט''א, קאסובער רבי שליט''א, וכו' וכו', אלע זענען כסדר מהלל און משבח און רוב פון זיי (די היזיגע)
זענען גאר מהדר צו עסין נאר פון די שחוטה המהודרת וואס רבינו שליט''א האט אהער געשטעלט,
קומט דער הדיוט קופץ בראש, און שרייט אז דאס איז גאר נבילה וטריפה, יחזקאל, יחזקאל, אזוי האבן
געשריגן אלע פריריגע מינים וכופרים, אלע אפיקורסים האבן געפרעסן כל דבר אסור און גאר באשריגן און
בארעדט די מאכלים הכשרים.
ובני קורח לא מתו, וואס מיינסטו? אז קורח איז נישט געווען אזוי גרויס ווי יחזקאל גאלד?, דתן ואבירם
זענען נישט געווען אזוי גרויס ווי דער שארמאשער און דער טשאדער?, און בן פלת איז נישט געווען אזוי
גרויס ווי מיילעך שטערן?, און די חמישים ומאתים נשיאי עדה ואנשי שם זענען נישט געווען אזוי גרויס
ווי די קרעציגע בני יואל?, און דעסטוועגן ווען פערו פיהם אקעגן משה רבינו האבן זיי געהאט א ביטערן סוף,
יחזקאל, מיט עפענען דיין פיסק אקעגן דעם איתפשטותי דמשה בכל דרא ודרא, זענט איר טאקע די בני קורח
אשר לא מתו, און איר האט דעם דין פון מינים ואפיקורסים, ולכן אתה וכל עדתך הנועדים על השם!!!
ואהרן מה הוא כי תלינו עליו?, אונזער רבי צוקראצט זיך נישט קיין סאך פון אייערע קרימעצן, ער האט
געהאט א גיטן וועג ווייזער, ער האט זיך געלערנט ביי זיין פעטער וויאזוי א מנהיג ישראל דארף אויס צוזעהן,
המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד, כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, ער וועט וייטער אויפטוהן להרם
קרן התורה וישראל, ער וועט ווייטער פארשפרייטן דעם דבר השם, און כלל ישראל וואס האט א גוטע נאז
(כדברי רבינו בעל דברי יואל זי''ע) פארשטייט זייער גיט ווער עס איז דא להרבות כבוד שמים און ווער עס
איז דא נאר צו צוברעכן פאר אייגענע אינטערעסן.
רבי יחזקאל טייערער, אזוי ווי איך האב אייך שוין דא, וויל איך נאר איבער שמועסן א קליינעם פרט אין דעם
סכסוך, און אולי ואולי קען נאך ארויס קומען א קידוש השם פון דעם גאנצע עלבון התורה וואס איר האט גורם
געווען מיט ארויס שלעפן ספרי תורות לשווקים ולחובות מיט א זלזול שאין כמוהו. רבי יחזקאל! לאמיר צוזאמען,
לערנען א פסוק חומש: ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם: לפניהם ולא לפני עכו''ם, לאמיר אריבער שפרינגען
צו שולחן ערוך חושן משפט סימן כ''ו סעיף א', אסור לדון בפני דייני עובדי כוככבים ובערכאות שלהם,.....
וכל הבא לידון בפניהם הרי זה רשע, וכאילו חירף וגידף והרים יד בתורת משה רבינו ע''ה, הגה: ויש ביד בית דין
לנדותו ולהחרימו, רבי יחזקאל, אז איר זענט שוין יא אריינגעפאלן מיט די הולכי לערכאות של עכו''ם בלי רשות בית דין
בעט איך דיך, יש קונה עולמו בשעה, און איך בין בטוח אז דער קידוש השם וואס ס'וועט ארויס קומען פון דעם וועט
פארצייען אויף דעם חילול השם וואס דו האסט גורם געווען, שטעל דיך צוזאם מיט דיינע שותפים לדבר עבירה און
קומטס ארויס מיט א וויי געשריי אויף דעם חילול השם וואס די הולכי לערכאות האבן גורם געווען, און פארלאנג פון
זיי אז זיי זאלן זיך זאפארט צו שטעלן צו א בית דין כשר בישראל דן צו זיין אויף די נכסי הקהלה, ויקוב הדין את ההר,
דאס איז דאך קלאר ווי דער טאג אז די מרימי יד בתורת משה האבן געשיקט פאר קהל יטב לב א תביעה בערכאות
שלא ברשות בית דין, און דיינע חברים לרשעה האבן טויזענטער תירוצים מתירוצים שונים, קודם כל האט קהל גערופן,
איי ס'שטייט דאך אז בני יואל זענען די תובעים, זאגט זלמן לייב וואלדמאן אז דאס איז איינס מיט א קלאגע וואס קהל
יטב לב (וויליאמסבורג) האט געשיקט 12 יאר בעפאר ברשות הרה''ג רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט''א,
און ווען יעדער האט געלאכט פון דעם נארישן פשעטיל, איז רבי יואליש מארגנשטערן אויף געקומען מיט א פרישן
פשעטיל, אז זיי זענען גבר אלים און מען דארף מיט זיי נישט גיין צו דין תורה, איי דער מחבר אין שולחן ערוך האלט
אנדערשט ווי דער שארמאשער צדיק, אין שולחן ערוך חושן משפט סימן כ''ו סעיף ב' שטייט: היתה יד עובדי כוכבים
תקיפה ובעל דינו אלים, ואינו יכול להציל ממנו בדייני ישראל, יתבענו לדייני ישראל תחילה, ואם לא רצה לבא, יטול
רשות מבית דין ומציל בדייני עובדי כוככבים, נו זעהן מיר, טייערער רבי יחזקאל, אז אפילו מיט א גבר אלים דארף מען קודם
שיקן א הזמנה לדין, אין דאס איז דא קיינמאל נישט געווען, יא מאיר יודל קען שרייען ווי א קאקאש אז קהל וויל נישט
גיין צו דין תורה, דאס אלעס איז נאר אויב דו האסט עהם געשיקט א הזמנה לבית דין און ער קומט נישט, ביז דאן, אויב
גייסטו לערכאות העכו''ם ביסטו א מרים יד בתורת משה, ונקרא רשע, אין רבי יחזקאל, וויאזוי האסטו געזאגט ביי דיין דרשה?
המתחבר לרשע איז אויך א רשע! אמת? רבי יחזקאל?, נו, האסט א גיטן געלעגענהייט, טוה תשיבת המשקל,
שריי אויס קבל עולם ומלואו, אז גיין אין ערכאות איז א עוון פלילי, א חילול השם, און אז די בני יואל זאלן שוין תיכף ומיד
זיך צו שטעלן צו א בית דין בזבל''א, והכל על מקומו יבא בשלום.