היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אז מ'טוט שוין יא א שריט עפ"י תורה כאטש טו עס ביזן סוף!

אז מ'טוט שוין יא א שריט עפ"י תורה כאטש טו עס ביזן סוף!

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2732232

מזלמזל » 13/12/2009 18:18

די לעצטע וואך האבן מתנחלים פארברענט א תיפלה פון אראבערס וואס דאס האט גורם געווען א
שרעקליכע 'התגרות באומות' מצד אלע לענדער, און די ציונישע רבנים האבן זעט אויס אויך פארשטאנען
אז מ'איז געקראכן אביסל צו ווייט און זיי ווילן זיך אפשאקלען פון די מעשה נבזה איז אנשטאט עס טוהן
כדרך רבותינו הקדושים געבטס א קוק ווי פארקרומט זיי טוען עס:

http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=14041&cat_id=1

פארשטייצעך » 13/12/2009 18:44

אז די מתנחלים האבן פארברענט אן אראבישע תפלה, מעגן שוין די אהרונים אויך פארברענען להבדיל מקומות קדושות.
אבער די וועלט וועט שטורעמען קעגן זיי, וועלן זיי לייגן א בילד פון די מתנחלים, און די אהרונים וועלן פארשטיין אז ס'איז נישט קיין פראבלעם.
ווייל איינס מיט איינס איז א חלה דעקל

מזלמזל » 15/12/2009 16:09

ס'איז ביי מיר א פלא ווי זענען די קעפלעך פון די צייטונג 'מהרסייך ומחריביך ממך יצאו' אויף די
באזוך פון רב מצגר ביי די אראבערס אזויווי ווען ר' משה בער בעק האט זיך געטראפן?

קזאחסטן ווי ביזטו ווען מ'דארף דיר?

בכורשוטה » 15/12/2009 17:45

אז די מתנחלים האבן פארברענט אן אראבישע תפלה,
מעגן שוין בני יואל פארמאכט 535 בעדפארד... תש"נ
מעגן שוין זאליס צומאכן כולל אברכים זופניק אויף קיעפ סטריט.
מעגן מען שוין אלעס מאסערן בתי מדרשים איבער די וועלט  בני ברק וומ"ס קרית יואל. וכו'