היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ווען דער בעל דברי יואל זצ"ל האט געהייסן פארשפארן א ביהמ"ד

ווען דער בעל דברי יואל זצ"ל האט געהייסן פארשפארן א ביהמ"ד

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2731659

גאסט » 11/12/2009 17:33

*--[endif]*איך האב באקומען פון איינעם די פאלגענדע דאקומענטן, ער האלט אינמיטן צוזאמשטעלן די ביידע אין איינס אז עס זאל זיין א דבר השוה לכל נפש

אזוי פאנגט זיך עס אן

*--[endif]*

ב"ה

א טייל – פראטאקאל – מיטינג יום ב' משפטים תש"ל בערב, שעה 7:30

פאלגענדע האבן זיך באטייליגט: ר' יוסף אשכנזי, ר' אהרן טייטלבוים, ר' חיים הערש יאקאבאוויטש, ר' משה ארי' גליק, ר' אברהם ווערצבערגער, ר לייבוש לעפקאוויטש, ר' יודל ראזענבערג, ר' אהרן וואלף גלויבער, ר' משה אייזענבערג.

עס איז גערעדט געווארן צווישן זיך וואס פאר א שריט מען זאל נעמען קעגען די וועלכע האבן זיך באטייליגט ביום ה' יתרו תש"ל ביים פיקעטען, ביים יו-ען, אן דעם וואס זיי זאלן פרעגן פון רבי'ן שליט"א (זצ"ל) און אן א באשלוס פון קהל אדער התאחדות הרבנים וכו' און טראץ די ווארענונג וואס קהל האט מפרסם געווען נאכען פיקעטען פון פאר א יאר, אז אן א באשלוס פון רבי'ן אדער פון קהל, טאר קיינער זיך נישט באטיליגן אין אזא אקציע. עס איז באשלאסן געווארן צו רופן טעלעפאניש צום רבי'ן שליט"א (זצ"ל) קיין פלארידא און פרעגן זיין חוות דעת קדשו.

ר' יוסף רופט פלארידא – ר' חיים הערש האלט א צווייטן טעלעפאן – ר' משה ארי' האלט א דריטן, און ר' אברהם ווערצבערגער דעם פערטן טעלעפאן. ר' עזריאל גליק הייבט אויף דעם טעלעפאן און ר' יוסף גיט אים איבער וואס מען האט גערעדט ביים מיטינג און מען בעט ר' עזריאל'ן פרעגן דעם רבי'ן שליט"א (זצ"ל):


פונעם טעיפ פון די מיטונג

דער אפיציעלער פראטאקאל פון קהל

עס איז דא זאכן וואס איז דא אין איינס און נישט אין די צווייטע, ארבעט יעצט יענער צו צוזאמשטעלן ביידע, און איך וועל עס אי"ה ארויף לייגן ווען עס וועט פארטיג ווערן

גאסט » 11/12/2009 18:10

פונעם פראטאקאל

[בילד – נישט אפגעהיט]

פונעם העתקה פון טעיפ

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 11/12/2009 18:13

כ'הער אז ס'דא א טעיפ פין די מיטינג
 ווער עס האט עס ביטע ארויפלייגען

rebyankel » 17/12/2009 18:36



תוקן על ידי rebyankel ב- 17/12/2009 18:34:56

לעקסינגטאן » 24/12/2009 00:22

[quote]
כ'הער אז ס'דא א טעיפ פין די מיטינג
 ווער עס האט עס ביטע ארויפלייגען
[/quote]


גם אני מצטרף לבקשת ר' יענקל

ווער עס קען זאל ביטע מזכה זיין דעם עולם

זעליג_כהן » 24/12/2009 06:18

וואט א דזשאיק! 
די גאנצע מעשה איז געבויעט אויף א בפירושע רבי עזריאל גליק, וואס זאגט נאך פאר קהל וואס די רבי זאגט אים אויפ'ן פאון.
רבי עזריאל איז דאך לשיטתכם הדל, א שקרן א מסור די בעקער פון'ם יאר הונדערט (ח''ו ועפ''ל, + א קלאפ אויפ'ן אויפן מויל), אזש מ'האט געלייגט קייטן אויף זיין זיץ אין ק''י, אויף אים בויעט מען אזא האקעלע הלכה צו פארקלאפן א שוהל? אתמהה?