היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בד"ה הרב אלימלך בערגער ז"ל

בד"ה הרב אלימלך בערגער ז"ל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2731452

לאגיש » 11/12/2009 03:18

ס'איז ליידער געקומען די ביטערע בשורה אז הרב אלימלך בערגער איז אוועק אין יונגען עלטער פין 52 יאר
נאכן זיך מוטשען אפאר יאר מיט די ביטערע מחלה .

די לווי' וועט זיין פאר די סאטמערער ביהמ"ד אויף ראטליט סט. אים 10 אזייגער באנאכט.

ער איז א ברידער מיט הרב שמואל בערגער ממישקאלץ אין הרב ברוך שליט"א .

שנשמע ונתבשר בשורות טובות .

מישמאש » 11/12/2009 08:54

מען האט אים געלייגט סמוך ונראה צי רבינו הקדוש זי"ע
אין נישט נעבן די מאנגאלן, טראץ די טעראר פין די זאליס די לעצטע פאר חדשים.

ווי ס'שטעלט זיך ארויס א בילד גייט קיין נארמאלער מענטש נישט צי די מאנגאלן.


תוקן על ידי מישמאש ב- 11/12/2009 08:54:11

גביר_אדיר » 13/12/2009 09:58

יא, איך בין געווען ביי די לוי', עס איז געווען זייער טרויעריג. די וועטער איז געווען שרעקליך קאלט, אבער דאך איז א גרויסער עולם געשטאנען אויפן גאס אין די שניידיגע קעלט און מיטגעהאלטן די לוי'. מעהאט געקענט מיינען אז מען באגלייט דא א גרויסן רב. אבער דער אמת איז אז ער איז געווען נאך אסאך חשוב'ער. ער איז געווען אן עכטער בעל מידות, א גאלדן הארץ, און א ריכטיגער ענותן ושפל ברך, הצנע לכת ולא מחזיק טיבותא לנפשי'.

עס איז געווען אסאך מספידים, אבער די בעסטע האבן גערעדט צוויי ברודער, ר' ברוך און ר' ליפא.

ביי די לויה האט מיר געזאגט א נעפיו אז ר' מיילעך ז"ל האט אויסגעפירט איבער הונדערט שידוכים, און איך האב געפרעגט א ברודער ווי מען לייגט אים האט ער מיר געזאגט אז ר' מיילעך האט געשריבן צוואה אז ער וויל ליגן אין קרית יואל, כאטש זיין טאטע ליגט אין סקווער.