ווי א וואלקן בראך, האט באטראפען די זאליס מיט די פטירה פונעם פאיער רב, צוליב דעם וואס די נפטר גייט ליגן אינעם בית החיים דקהל יטב לב דסאטמאר בחלקת הרבנים נעבן רביה"ק זי"ע, און נישט אינעם מסרבים לדין פאלאקס לאט צוזאמען מיט די מאנגאס.
הרים והגבעות האבן זיך היינט איבערגעדרייט, אלעס איז געווען אויפן טעלעפאן צו ר' שלמה לייב וויינבערגער, יעדער האט געקאלט געשריגען, געסטראשעט מיט גוטן און בייזן, ליפעלע קרויס, מסור יודא אליעזר יאקאבוויטש, אברהם בער יאקאבאוויטש, אביש וויינבערגער, זענען אריבער געלאפן צו שלמה לייב געקלאפט אויפן טיש, אז דאס טאר נישט געשעהן. איר הרגט דערמיט אלע זאליס די קהלה אלעס, האט אברהם בער געשריגען. ליפא קרויס האט געשריגען איר האט אנגעפירט מקדש צו זיין פאלאקס, איצט מיט דעם פירט איר אן עס צו מאכן אויס א בית החיים, עס ווערט א פורים אין שטאט, אביש שרייט פאר דעם האט מען דיך געמאכט חבר הבדי"צ זאלסט דאס טאן פאר אונז און ווערן א חבר אהרונים.
ר' זלמן לייב אליין קלינגט און בעט זיך, שאול פערלשטיין מיינט ער כאפט אן הארץ אטאקע, נאך א שטאך אין ריקן פאר אים, זיין זון בלייבט נעבעך ליגן דארט ווי א שעיר לעזאזל, משה גבאי שרייט אז שלמה לייב איז שוין אן אלטער לאו לייף ער מיינט אלץ זיך מיך און איך, ער זאגט איצט זעט מען אז דער ברך משה איז געווען גערעכט ווען ער האט אים געוואלט ווארפן פון תהלות יואל. די זאליס דרייען איבער א וועלט, אבער שלמה לייב זאגט אלעס פיין און וואויל, איך וועל שרייבן חרמות, פאשקאווילען, קעגן די אהרונים, קריכן אויף די בערג ווי א נער מקדש צו זיין פאלאק'ס, איך וועל אלעס טאן.
אבער פורים פון מיין טאטע האלט איך נישט דערביי, מיין טאטע וועט ווערן פורים רב אין די שטאט אז איך לייג אים ביי פאלאק, ער האט זיך די אויערן פאר שטאפט און זיך אנגעפיפען אין די זאליס.
די זאליס דרייען זיך איצט ארום און שעלטן טויטע מיאוסע קללות קעגן שלמה לייב, זיי זענען שרעקליך אין כעס אויף אים, און ווילן אים אויף שטיקער צופליקען.
נאך א נקודה - די לעצטע פאר וואכן איז ר' ישראל חים מנשה ממש דיפרעסט וועגן די בית החיים, ער רעדט דערפון טאג און נאכט ווי ער גייט ליגן, ער שיקט צו קהל יטב לב כסדר שלוחים ער וויל פארהאנדלען.
און דאס איז פארוואס ער איז נישט געווען ביי די סעודה כ"א כסלו פון די זאליס היי יאר.