היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » זאליס דורכפאל, הרב שוסטאל פייפט זיי אן.

זאליס דורכפאל, הרב שוסטאל פייפט זיי אן.

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2730258

רבי_יiנה » 8/12/2009 19:33

נעכטן איז מעכעלע שלעזינגער און ליפי קרויס נאך עטליכע מטורפים אריבער צו הגאון ר' דוד שוסטאל און אים געוויזן "עכטע פיקטשערס" מיט זעק און ספרי תורה אויף די גאס, און בערך א האלב מיליאן מענטשן וועלכע זענען יעצט אויף די קאלטע פארפרוינע גאס אין קרית יואל.

אז מ'האט זיי קאלט בלוטיג ארויסגעווארפען פון דארט פאר גארנישט און אומנישט, און אז אויב ער גייט צו די ארונים איז ער מחזק דאס פארשפארן נאך בתי  מדרשים און קרית יואל און נאך זעק וכו' וכו'.

דער גאון ר' דוד האט געזאגט אז ער וועט זעהן... און האט זיי גארנישט געזאגט צי ער קומט אדער נישט.

פאר די קראנקע זאליס איז דאס שוין געווען א זיכערע געווינס. די טעקסט מעסעדשעס אויף די טוויטער'ס, מיי ספעיס און פעיס בוקס פון יעקב בערעלע דעם בלעקבערי רעבע און זיינע מושחתים איז דער געווינס שוין געווען איינגעקעשט.

למעשה איז געווארן 9 אזייגער און דער חתן ריקט זיך אן געהעריג אין סטיינערס קאמפלעקס בהודו והדרו, די זאליס האבן זיך געשוואוירן אז ס'איז שקר... ער האט דאך אליין געזאגט אז ער קומט נישט !

מעכעלע שלעזינגער מיט ליפי קרויס זענען נעכטן געווען אבלים וועגן דעם דורכפאל. אבער נישט געזארגט היינט האבן זיי שוין צען געווינסן.

שלעק » 8/12/2009 19:35


א מעכטיגע מלחמה האט אויסגעבראכן אינערהאלב די ארונישע רייען, איין פראקציע האלט אז בני יואל מיט זלמן לייב חד הוא, אזוי ווייט אז טאמער זלמן לייבס מענטשן האבן געטון עפעס, מעגן זיי נקמה נעמען אין ביני יואל.

די צווייטע פראקציע האלט, אז זלמן לייב מיט בני יואל זענען צושלאגן, צוהארגעט, צופליקט, אזש אז זיי ווילן איינער דעם צווייטן ווייסעךוואס טון.

קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי דאס ארבייט?

PARRKIST » 8/12/2009 19:57

איז דא ערלויבט צו שרייבן פאלשע אינפארמעישן און בלאפערישע מעשיות פון פינגער ארויסגעזויגן? 

דאס איז אן אויסצוג פון די תקנות הפארום:

עס וועלן נישט געדולד ווערן קיין קינדערישע און בלאפערישע אשכולות און תגובות, איינער וואס די מנהלים וועלן איינזעהן אז ער איז נישט געאייגענט פארן ניווא פון דעם פארום וועלן אים די מנהלים אפשיקן בכבוד גדול צו די שכינות'דיג אידישע פארומ'ס.

איך האף די מנהל וועט נעמען נויטיגע שריט!

ווער_איז » 8/12/2009 20:24

PARRKIST כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איז דא ערלויבט צו שרייבן פאלשע אינפארמעישן און בלאפערישע מעשיות פון פינגער ארויסגעזויגן? 

דאס איז אן אויסצוג פון די תקנות הפארום:

עס וועלן נישט געדולד ווערן קיין קינדערישע און בלאפערישע אשכולות און תגובות, איינער וואס די מנהלים וועלן איינזעהן אז ער איז נישט געאייגענט פארן ניווא פון דעם פארום וועלן אים די מנהלים אפשיקן בכבוד גדול צו די שכינות'דיג אידישע פארומ'ס.

איך האף די מנהל וועט נעמען נויטיגע שריט!



גערעכט 100%