היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ווער האט אפגעשפארט בתי מדרשים?

ווער האט אפגעשפארט בתי מדרשים?

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2729930
בלאט: 1 2

rebyankel » 8/12/2009 02:44

ווער האט אפגעשפארט בתי מדרשים?

מען זעהט ווער עס האט אפגעשפארט בתי מדרשים, די אלע וואס ווייינען איצט אז מען האט אפגעשפארט זייער מושב ליצים, צוליב דעם וואס זיי זענען האבן נישט געוואלט גיין צו דין תורה, נאר אינעם גוי'שען קארט.

די בני קרח, מיט די זאליס, האבן שוין ליידער מצליח געווען אפצושפארען פילע בתי מדרשים, פארן איינעם חטא, ווייל מען האט נישט געדינט די פארטיי.

אזוי פיל קען מען איצט זאגן אז עס קומט צו נאך א ביהמ"ד אויף זייער ליסט וואס זיי האבן אפגעשפארט דורך דעם וואס זיי זענען געגאנגען אין קארט, די "בית מושב ליצים".

מעשה הפשע אשר לא נהייתה בישראל מימות רבך בסגירת ביהמ"ד "קליימער" קומה א' לתפלת שבת בוויליאמסבורג!

מעשה הפשע אשר לא נהייתה בישראל מימות רבך בסגירת ביהמ"ד "תהלות יואל" לתפלת שבת בוויליאמסבורג!

מעשה הפשע אשר לא נהייתה בישראל מימות הני בני קרח בסגירת ביהמ"ד "בית יואל" בוויליאמסבורג!

ואחרון הכביד!!!

מעשה הפשע אשר לא נהייתה בישראל מימות רבך בסגירת "ביהמ"ד וכולל אברכים" בוויליאמסבורג, עם כלבים ושחורים, וזרק מאות אברכים בני תורה חוצה!!

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

ומעשה הפשע אשר לא נהייתה בישראל מימות רבך בסגירת ביהמ"ד "ויואל משה" בווילימסבורג, וזרקו מאות אברכים עובדים ה' עדית שבעידית מקהלת סאטמר חוצה!!

[בילד – נישט אפגעהיט]
 
קרעדיט: כל העולם כולו

תוקן על ידי rebyankel ב- 08/12/2009 02:46:11

rebyankel » 8/12/2009 02:48

די וואס האבען אפגעשפארט בתי מדרשים אין געקלאגט קאנטעמפט שרייען יעצט נאך  זייער דורךפאל

כלהנערים » 8/12/2009 04:07

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די וואס האבען אפגעשפארט בתי מדרשים אין געקלאגט קאנטעמפט שרייען יעצט נאך  זייער דורךפאל

קהל בית יואל האט דערווייל נאכנישט אפגעשפארט קיין בתי מדרשים, זיי מסביר וואס דו מיינסט צו זאגן די וואס האבן אפגעשפארט בתי מדרשים שרייען יעצט נאך זייער דורכפאל,
 
ווי איך פארשטיי גייט מהר"א צו די בחירות, ה אייר זאגט ער הלל, ער האט א בענקל אין כנסת המינים, לויט דיינע ווערטער  ווען איינער חבר'ט זיך מיט א צווייטען נעמט דער איינער איבער אלע חטאים עוונות ופשעים... נו פארוואס נאר בית יואל ווערט געטיטול'עט זיי שפארן אפ בתי מדרשים כוללים, און מהר"א א חבר מיט ציונים א משפחה מיט אגודאים א ווארימער מכניס אורח לכל צרי וכל זב פון מדינת ישראל, ווערט.. נישט.. אנגערופן.. ציוני......??

פארוואס ווען מהר"א'ס כולל אין קרית יואל האט תש"ס ארויסגעווארפן 50 יונגעלייט פארן חטא אז מ'דאווענט שבת אין ויואל משה דעס ווערט נישט אנגערופן צוגעשפארט כוללים אבער ארויסווארפן קאווע טרינקערס מיט באנק קוועטשערס דעס הייסט צוגעשפארט כוללים..??

פארוואס מעג קרית יואל'ער ישיבה רופן פאליציי ארויסצוווארפן זייערע מתמידים פון ישיבה, און אין וויליאמסבורג טאר נישט דער כולל רופן פאליציי ארויסצוווארפן די לצים פון כולל..?   

כלהנערים » 8/12/2009 05:24

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

המשך                               
ס'סאיז אלעס איין שטיק בלאף פון ר' יונה ער בויט בנינים ער פלעכט צאם איין קהילה מיטן צווייטען, איינעם'ס עוולה איז דעם צווייטען'ס, ר' יונה קיינער איז נישט משוגע, דע אלע רחמנות'דיגע מעשות וואס דו ברענגסט דא איז נישט קיין תירוץ און נישט קיין שום דמיון צו דאס צושפארן א בית המדרש ס'האט נישט קיין שום זין און קיין שום הסבר, דו טענה'סט אז זיי ווילן דיך נישט רופן צו דין תורה ווילסטו זיי דרוקן צום וואנט אבער פארוואס אויפן חשבון פון צושפארן א ביהמ"ד וואס פאר א מין טאקטיק איז דאס צו האסטעיזשן א ביהמ"ד כדי צו באקומען א אויבערהאנט........? ס'ווייזט אויף קלות און ליידיגקייט, ס'ווייזט פאר יעדעם ווי ביליג עטס זענטס, אז אויב וועט צושפארן א ביהמ"ד ענק העלפן געוואונען וועט עטס דעס אויך טון !

נ.ב. איך וואלט עס געוואלט שרייבן ביי דעם אשכול אין כל העולם כולו, זיי ווילן מיר נישט אננעמן, ווער ס'קען זאל עס ביטע אהין פעיסטן, יש"כ   

פארשטייצעך » 8/12/2009 17:41

כל הנערים

ווען די אהרונים שרייבן אין זייער קעפל "בני יואל" זאליס, ווערט עס אויטאמאטיש איינס, און די האסט נישט קיין רעכט צו פרעגן וואס איז די שייכות.

דו ענטפערסט נאך פאר דעם אהרוני אויף דעם ליצנות אז זיי ווילן גיין צו דין תורה?
ווען ר' אהרן האט גערופן זיין טאטן בערכאות?
ווען ר' אהרן האט גערופן קהל יטב לב וויליאמסבורג צענליגער מאל בערכאות?

לערן דיך אויס א כלל
ר' אהרן וויל זייער שטארק "דין תורה", אבער נאר נאכן פארלירן אין געריכט!

אויפן בית המדרש הגדול אין קרית יואל,
וויל ער נישט גיין צו דין תורה, אויף די מוסדות תורה ויראה אין קרית יואל וויל ער נישט גיין צו דין תורה,
עס איז מסכים צו גיין צו דין תורה נאר אויב ער האט שוין פארלוירן אין געריכט.

סקאטמאלען » 8/12/2009 18:05

אויב האט טאקע די קליינע קהלה בית יואל גארנישט מיט די זאלויניס, זאלן די אלע זאלויניס שטיין און א זייט און זיך נישט מישן אין יענעמס עסק. דערווייל זעה איך אז די גאנצע זאלויני קאמפעני איז דא געווארן הויפט מחותנים, אויב ס'טאקע יא אזוי, איז 100% פאסיג צו ברענגען די זאלויני עוונות אהער.

תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 08/12/2009 18:24:35

ווער_איז » 8/12/2009 18:27

יא מיר העלפן זיך ארויס איינעם דער אנדערן !!!!!
יא אפי' מיר זענען עקסטערע קהילות!!!!!!
 זיי האבן אינז געהאלפן אין העלפען כסדר אין מיר העלפן זיי יעצט מיט זייערע צרות !!!!!!
יא כלל ישראל איז ווי איין גוף ווען מטשעפעט איין האנט טיט עס וויי פאר יעדעם!!!!!!!
 יא אזוי זענען ערליכע אידן !!!!!

סקאטמאלען » 8/12/2009 18:40

העלף געזונטערהייט

אבער אויב עטס ווילטס זיי באמת העלפן, געב זיי 20 טאלער וואס קאסט א הזמנה פאר א די"ת.

דערווייל זעה איך אז די גאנצע "העלף" וואס ענק טוען איז נאר מוסר זאגן פאר די ארוניס,

אויף דעם זאגן די ארוניס פאר די אלע "העלפער" זאלויניס:

אם אמר לו: טול קיסם מבין שִניך, אמור לו: טול קורה מבין עיניך

כלהנערים » 8/12/2009 19:02

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויב האט טאקע די קליינע קהלה בית יואל גארנישט מיט די זאלויניס, זאלן די אלע זאלויניס שטיין און א זייט און זיך נישט מישן אין יענעמס עסק.

איך בין זייער קאנפיוזד, א מינוט צוריק זענען בית יואל דעי וואס שפארן שוין לאנג אפ בתי מדרשים ווייל מ'האט געברענגט פאליציי מיט הינט אין כולל!! יעצט ברויכן די זאלונים שטיין אין די זייט און זיך נישט מישן אין יענעם'ס עסק?? 

ווער נאך ווי ענק אליין האבן געמאכט בני יואל מיט די זאלונים פאר מחותנים.....?  

oקאטמאלען » 8/12/2009 19:11

סאיז א אומאפלייקענדער פאקט אז די זאליס שפארן אפ בתי מדרשים טעגליך, ווי למשל די כולל אויף קיפ סטריט איז שוין אפגעשפארט זיבן יאר, ווער עס וויל לייקענען זאל אהין גיין אין קוקן וועט ער טרעפען א צוגעשפארטער בילדינג, רבש"ע, ווי קענען אנגיין אזא צביעות, מען שפארט אליינס צו בתי מדרשים, אין מען שרייט אויף א צווייטן, קיעפ סט איז שוין אפגעשפארט, קליימער איז שוין אפגעשפארט, תהילות יואל הער איך איז שוין אויך פארשפארט, איך קען נישט פארשטיין אזא מאס צביעות,

איך מיין, איך בין אויך אויך א היפעקריט, אבער אלעס האט א שיעור

תוקן על ידי oקאטמאלען ב- 08/12/2009 19:12:31

כלהנערים » 8/12/2009 19:14

פארשטייטצעך דו ברענגסט עס זייער גוט ארויס, כ'וועל דיר זאגן נאך מער ,
מהר"א איז אויסער זיך אויף די סידור קדושין פון די נייע חתונה זאלן, פארוואס שיקט ער אונז נישט קיין הזמנה איבער זיין רבנות'שאפט? אונז האב מיר טענות איבער זיין רבנות! און ר' געציל שרייבט שוין א בריוו מיט פסקים אן אויסהערן דעם אנדערן צד? ווער זאגט אז ער האט בכלל א דין מרא דאתרא????? 

סקאטמאלען » 8/12/2009 19:19

איך בעט די מנהלים צו ביטע חותם זיין דער וואס פעלשט מיין ניק, דער לעצטער תגובה איז נישט מיינערס.

oקאטמאלען » 8/12/2009 19:22

דער מחוצף,  נישט נאר גאנבעט ער מיין ניק זאגט ער גאר אז מיינס איז געגאנבעט,

איך בעט די מנהלים צו ביטע חותם זיין דער וואס פעלשט מיין ניק, דער לעצטער תגובה איז נישט מיינערס.

כלהנערים » 8/12/2009 19:36

צוריק צום ענין

סקאטמאלען » 8/12/2009 19:46

איך שטעל מיך פאר אז איר פארשטייט מיך זייער גוט אז ס'מיר שווער צו ווייטער ממשיך זיין אזוי לאנג דער פאלשער ניק דרייט זיך דא, איך בעט נאכאמאל די געשעצטע מנהלים איהם צו חותם זיין. מיט דאנק.

כלהנערים » 8/12/2009 19:49

אקעי, אבער ווען אלעס וועט זיך אויסגראדן זאלסטו ביטע ענטפערן אויף מיין לעצטע תגובה

oקאטמאלען » 8/12/2009 19:53

קעסט ניצן דיינע אנדערע ניקס

ווער_איז » 8/12/2009 20:01

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך בעט די מנהלים צו ביטע חותם זיין דער וואס פעלשט מיין ניק, דער לעצטער תגובה איז נישט מיינערס.

איינער האט מיר געשיקט אין אישי איך זאל פרעגן דעם סקאטמאלען פארוואס ער פארלאגט פין די מנהל אז ער זאל אויס שפארן וואס איז מיט ריפן צי דין תורה ריפ עם צי דין תורה פארן גאנבענען דיין הייליגע נאמען אויב די האסט א פראבלעם נא איך צאל דיר די 20 טאלער[בילד – נישט אפגעהיט]

oקאטמאלען » 8/12/2009 20:05

גערעכט, צוויי יודן האבן א סוכסוך גייט מען צו דין תורה, שריי נישט איך האב געגאנבעט פון דיר פאר א בית דין וועט אזוי פסקענען, וועלעכער בית דין ווילסטו גיין?

ווער_איז » 8/12/2009 20:08

ביי דע ווע פארוואס האט דער מסור געדארפט גיין מסור'ן פאר'ן ריפן צי דין תורה אזוי ווי בי"ד האט עם געווארנט ער האט א פראבלעם פין 20 טאלער איך באצאל עם

סקאטמאלען » 8/12/2009 20:13

כלהנערים,

איך וואלט דיר נארמאל נישט געענפערט ווייל איך זעה פשוט נישט די גרויסע חכמה פון די תגובה, פשוט אלס א פערזענליכע טובה וועל איך מאכן אן אויסנאם,

ס'א דבר פשוט מאוד אז דער גאנצער ענין פון שמוע בין אחיכם איז נאר ביי דיני ממנות ווען איינער איז תובע עפעס נכסים פון איינעם, אבער דיני שמים וואס קיינער איז נישט תובע קיין שום ממשותדיגער זאך, נאר מ'קריגט זיך צו אסור מותר, טמא טהור, קומט נישט אריין דער זאך פון אויסהערן א צד, ר' אהרן האט נישט פארוואס צו שיקן אן הזמנה פאר קיינעם, אפשר זאל ער שיקן א הזמנה צו די"ת איינער וואס איז מחלל שבת. בשלמא ווען זיי טענה'ן אז ס'קומט זיך זיי למשל די גרויסע שול ווייל ר' אהרן איז נישט מרא דאתרא, דאן וואלט עס געווען א ממנות שאלה.

ופשוט הוא ואכמ"ל

תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 08/12/2009 20:15:26

סקאטמאלען » 8/12/2009 20:17

א ניק אויף היידפארק איז נישט ווערד קיין $20, א שול אין מאנרא דאכצעך איז יא ווערד $20

תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 08/12/2009 20:17:36

ווער_איז » 8/12/2009 20:21

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ס'א דבר פשוט מאוד אז דער גאנצער ענין פון שמוע בין אחיכם איז נאר ביי דיני ממנות ווען איינער איז תובע עפעס נכסים פון איינעם, אבער דיני שמים וואס קיינער איז נישט תובע קיין שום ממשותדיגער זאך, נאר מ'קריגט זיך צו אסור מותר, טמא טהור, קומט נישט אריין דער זאך פון אויסהערן א צד, ר' אהרן האט נישט פארוואס צו שיקן אן הזמנה פאר קיינעם, אפשר זאל ער שיקן א הזמנה צו די"ת איינער וואס איז מחלל שבת. בשלמא ווען זיי טענה'ן אז ס'קומט זיך זיי למשל די גרויסע שול ווייל ר' אהרן איז נישט מרא דאתרא, דאן וואלט עס געווען א ממנות שאלה.

ופשוט הוא ואכמ"ל

איך האב פאר דיר נייעס אז דער געוועזענער אזויגעריפענער קרית יואלער רב האט מיט זיין טיטל מרא דאתרא שאדן געמאכט אסאך געלט פאר אידן וואס ער האט נאכקיינמאל נישט באצאלט סאיז שוין איינמאל א דיני ממנות שאלה!!!

כלהנערים » 8/12/2009 21:31

צו מ'קען תובע זיין א מרא דאתרא צו נישט וועט שוין בי"ד זאגן... און וואס האט ער מורא צו געבן 20 דאללער פאר אן הזמנה? ווי קען ר' געציל שרייבן פסקים חרמות וקונמות מבטל זיין קדושין, פארן הערן דעם צד השני, טויזענטער מענטשן האבן זונטאג אויסגעשריגן; אונז דארף מיר דיר נישט האבן! גיי דיר פון ווי דו ביסט געקומען! דעי אלע מענטשן האלטן אז ער איז אין חרם פון 150 ראשונים! אין זיי האבן א תביעה אז ער זאל זיך אפטראגן פון קרית יואל! ווי.. קען.. ער.. מבטל זיין זייער חופה וקדושין? צו דע מענטשן זענען גערעכט אדער צו דעס הייסט א תביעה צו נישט וועט בי"ד פסק'נען און פארדעם מאכט מען נאכנישט קיין הונדערטער משפחות פאר ממזרים!!!

אגב דעס וואס דו פסק'נסט אז שמוע בין אחיכם גייט נאר אן ביי דיני ממונות, ביסטו א בר פלוגתא מיט דיין אייגענעם רבי !  ווען מ'האט ארויסגעווארפן יוס'ל וואלדמאן'ס קינדער פון די מוסדות, האט יוסל וואלדמאן גערופן דעם מרא דאתרא פרעגן ווי איז די לשמוע בין אחיכם, האט אים ר' אהרן געענטפערט שיק מיר א הזמנה! ער האט אים נישט געענפערט איך בין דא דער מרא דאתרא! אדער דאס ארויסווארפן דיינע קינדער איז נישט קיין דיני ממונות! ער האט אים געזאגט; דו האסט א תביעה שיק מיר א הזמנה...
 
פישמאן » 8/12/2009 21:43

סתם נארישקייטן, ווען מען האט אויפגענומען ר' זלמן לייב פאר רב אין וויליאמסבורג האט בערל פרידמאן געשיקט א הזמנה לדין, דאמאלס האט ר' אברהם לייטנער ז"ל געזאגט ביי א דרשה אז ווען דער סכסוך וואלט געווען ממונות וואלט מען נאך געקענט דן זיין אויב מען דארף גיין צו דין תורה לויט די תנאים פון די תובעים אדער נישט

אבער דער לבן בקש לעקור את הכל ער וויל עוקר זיין די תורה, עס איז נישט קיין ממונות שאלה בכלל

יעצט זאגט סקאט דער זעלבער טענה אויף ר' אהרן'ס רבנות איז נישט קיין דיני ממונות,

סאיז קלאר אז ר' אהרן'ס רבנות איז ארויפגעצווינגן נגד רוב תושבי העיר בעת מען האט אים אויפגענומען,

סאיז אויך קלאר אז ווען ר' אלטר משה האט אים גערופן צו דין תורה האט ער גאמאכט לאנדעסמאן'ס בית דין פאר א בית דין חצוף ווייל זיי גייען קעגן א מרא דאתרא, אבער שטעלן צו דין תורה מאן דכר שמיה,

דיןתורה » 8/12/2009 21:46

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

קהל בית יואל האט דערווייל נאכנישט אפגעשפארט קיין בתי מדרשים, זיי מסביר וואס דו מיינסט צו זאגן די וואס האבן אפגעשפארט בתי מדרשים שרייען יעצט נאך זייער דורכפאל,
 
פארוואס ווען מהר"א'ס כולל אין קרית יואל האט תש"ס ארויסגעווארפן 50 יונגעלייט פארן חטא אז מ'דאווענט שבת אין ויואל משה דעס ווערט נישט אנגערופן צוגעשפארט כוללים אבער ארויסווארפן קאווע טרינקערס מיט באנק קוועטשערס דעס הייסט צוגעשפארט כוללים..??

(לאמיך לייגען די צד מהרז''ל אין די זייט פאר א מיניט) ווער האט ציגעשפארט ביהמ''ד בית יואל אין וומ''ס?
די געדענקסט וויאזוי מ'האט עס ציגעשפארט?
געדענקסט וויאזוי מ'האט ארויסגעווארפן די ספרים אין די גאס?
געדענקסט אויך ווי ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן האט געשריבען דאמאלטס אויף זיי?
געדענקסט אויך אויב זיי האבען דעמאלטס געהאלטען ביים קומען צו דין תורה? (קהל האט נישט פארלאנגט די אומ-שכל'דיגע תנאי דווקא צו אייגענע דיינים מ'האט זיי געגבן א אפשען פין זבל''א)???

וועגן ק''י כולל, כ'האב געפרעגט איינעם פין ק''י וואס האט געלערנט אין כולל בשעת'ן גרינדינג פין מרזל''ס כולל, ער געדענקט נישט אזא זאך,
אין לו יהא אז יא, אבער מ'רעדט דא נישט פין ארויסווארפען יונגעלייט
(וואס צד מהרז''ל האט נאך עני טיים געטוהן, לדוגמא: אין ירושלים פאר די יונגעלייט וואס זענען געפארען קיין אנטווערפן צו די שבת התוועדות בראשות מהר''א תשס''א בערך, וואס האט דאן געפירט צו גרינדונג פין די היינט בארימטע כולל ויואל משה אין ירושלים מיט כמעט 70  אויסגערופענע יונגעלייט)
מ'רעדט דא פין אפשפארען בתי מדרשים, די כולל פין קיעפ סט' איז געווען פין די שענסטע כוללים דעמאלטס, יונגעלייט בני תורה וואס האבען ערנסט געהאלטן ביים לערנען, צווישען זיי איבער א מנין דיינים אין מורא הוראה, אין אז די ווילסט אפווישען דעם פלעק, רוף זיי נישט באנק קוועטשער'ס אין קאווע טרינקערס אדער ליצים.

דיןתורה » 8/12/2009 21:56

פארשטייצעך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לערן דיך אויס א כלל
ר' אהרן וויל זייער שטארק "דין תורה", אבער נאר נאכן פארלירן אין געריכט!

אויפן בית המדרש הגדול אין קרית יואל,
וויל ער נישט גיין צו דין תורה, אויף די מוסדות תורה ויראה אין קרית יואל וויל ער נישט גיין צו דין תורה,
עס איז מסכים צו גיין צו דין תורה נאר אויב ער האט שוין פארלוירן אין געריכט.

צד  מהר''א האט געשיקט 3 הזמנות אסאך פאר זיי זענען אריין אין געריכט
אין נאך פאר מ'האט אפי' געקענט זעהן וויאזוי די פסק בייגט זיך האבען זיי נאך אלס געשריגען אז זיי זענען נאך אלס גרייט לפנים משורת הדין, אין אפי' נאך די פסק פין ראזענוואסער ווען צד מהר''א האט כמעט געהאט א אויבערהאנט האבען זיי נאך אלס געזאגט אז זיי זענען גרייט צו גיין צו די''ת (איינער האט מיר דן געזאגט אז דאס איז נישט ציליב ערליכקייט פין צד מהר''א נאר ווייל ביי דין תורה געווינען זיי אסאך שטערקער) אין אפי' יעצט ווען זיי די אויבערהאנט אויף די ביה''ח זענען זיי נאך אלס גרייט צו גיין צו די''ת.

אויף די ק''י, זאגט צד מהר''א אז זיי זענען קלאר גרייט צו גיין צו די''ת מיט צד מהר''י איבער די בעלות, נאר צד מהר''י האט דערווייל נישט געשיקט קיין הזמנה.

פישמאן » 8/12/2009 22:35

וויפיל הזמנות האט צד מהרא געשיקט פאר די רבנית הצדקית פארן רופן איר אין גויאישן געריכט?????

סקאטמאלען » 8/12/2009 22:45

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
צו מ'קען תובע זיין א מרא דאתרא צו נישט וועט שוין בי"ד זאגן...

האב איך אמאל געזאגט אז מ'קען נישט תובע זיין א מרא דאתרא

 און וואס האט ער מורא צו געבן 20 דאללער פאר אן הזמנה?

רבוש"ע! אפי' פאר 10 טויזנט דאלאר, קען ער גארנישט תובע זיין, איינער וואס איז מסדר קידושין אן זיין רשות, דאס איז אזאך בין אדם למקום.

ווי קען ר' געציל שרייבן פסקים חרמות וקונמות מבטל זיין קדושין, פארן הערן דעם צד השני,

ווי געשמועסט, אזאך וואס איז נישט א דיני ממנות סיכסוך בין אדם לחברו, און די פאקטן זענען ידוע לכל, קען יעדער דיין פסק'ן וואס ער וויל.

טויזענטער מענטשן האבן זונטאג אויסגעשריגן; אונז דארף מיר דיר נישט האבן! גיי דיר פון ווי דו ביסט געקומען! דעי אלע מענטשן האלטן אז ער איז אין חרם פון 150 ראשונים! אין זיי האבן א תביעה אז ער זאל זיך אפטראגן פון קרית יואל! ווי.. קען.. ער.. מבטל זיין זייער חופה וקדושין? צו דע מענטשן זענען גערעכט אדער צו דעס הייסט א תביעה צו נישט וועט בי"ד פסק'נען און פארדעם מאכט מען נאכנישט קיין הונדערטער משפחות פאר ממזרים!!!

א בי"ד לדיני ממנות איז נישט געאייגנט פאר די סארט בין אדם למקום שאלות, דאס באלאנגט פאר א דיין. און מעולם לא שמענו אז א דיין דארף זיך דורכרעדן מיט א צווייטן פאר ער פסקנ'ט א שאלה.

אגב דעס וואס דו פסק'נסט אז שמוע בין אחיכם גייט נאר אן ביי דיני ממונות, ביסטו א בר פלוגתא מיט דיין אייגענעם רבי !  ווען מ'האט ארויסגעווארפן יוס'ל וואלדמאן'ס קינדער פון די מוסדות, האט יוסל וואלדמאן גערופן דעם מרא דאתרא פרעגן ווי איז די לשמוע בין אחיכם, האט אים ר' אהרן געענטפערט שיק מיר א הזמנה! ער האט אים נישט געענפערט איך בין דא דער מרא דאתרא! אדער דאס ארויסווארפן דיינע קינדער איז נישט קיין דיני ממונות! ער האט אים געזאגט; דו האסט א תביעה שיק מיר א הזמנה...

אויב די זעסט נישט און דעם א דיני ממנות קען איך אייך נישט העלפן, אפשר איז ער טאקע נישט תובע קיין קעש, אבער איינער וואס איז תובע פון דיר אז דו מוזט אריינעמען זיין קינד און דיין מוסדות איז א דבר פשוט אז דאס איז א דיני ממנות סיכסוך.

פישמאן » 8/12/2009 22:53

סאיז פינקט אזוי בין אדם למקום ווי טאנצן הקפות אין ראדני, האט נישט יצחק ראזענבערג געזאגט זייער קלאר ביים גרויסן אלעף שמאס אז יעדער פארשטייט זייער קלאר,

אונזער תביעה איז אויפן רבנות פון וויליאמסבורג

פארוואס איז סידור קידושין אין קרית יואל מער בין אדם למקום ווי רבנות אין וויליאמסבורג

אויסער דעם איז דען געווען ווייניג דין תורות איבער סידור קדושין'ס פון שטעטליך?

די לייגסט אראפ א מציאות אז ר' אהרן איז מרא דאתרא און ממילא איז דער ענין פון סידור קידושין אן אבן העזר שאלה, לא דובים ולא יער, ער איז נישט קיין מרא דאתרא בכלל, און עס איז נישטא קיין גרעסערע מחאה ווי דעם אז 25 יאר וואס אידן שרייען ער איז א גבר אלים וואס האט זיך אויף אונז משתלט געווען און מיר ווילן אים נישט,

כלהנערים » 8/12/2009 23:01

ביי א דין תורה קען מען מאכן פשרות, ביי קאורט איז נישט דא קיין פשרות, קאורט זאגט ווער ס'איז גערעכט און ווער נישט, די ארונים זענען אנהייב געווען אזוי זיכער מיט זיך אז אין קאורט גייען זיי געוואונען האבן זיי פאר יעדע פרייז געוואלט זען דע סכסוך אנקומען אין קאורט, פארשטייט זיך אז מ'האט אנגעשטעלט א פנים אז מ'וויל דין תורה נאר די מסרבים ווילן נישט, ס'איז זייער א פארשטענדליכע זאך.... אבער נישט פאר דיינים... און פארדעם האבן זיי נאך עד היום נישט קיין היתר בכתב, דעס אז מ'האט געשיקט 3 הזמנות איז טאקע די פארט פון די געים ווי פארשטענדליך, אבער נישט זיך טועה זיין, 3 הזמנות איז נישט קיין אויטאמאטישע היתר בי"ד, פון הזמנות אליינס קען איך נאך נישט וויסן ווער ס'שלעפט ארום................ 

נאכן פארלירן קאורט, סיי ראדני, סיי בית יואל, ווילן זיי פרובירן זייער מזל מיט דין תורה... אבער זיי קענען נעבעך נישט גיין צו דין תורה ווייל קיין שום בי"ד גיט נישט קיין הזמנה אפליקאציע פאר א סכסוך וואס קומט פון קאורט שלא ברשות בי"ד, אבער יעצט ווילן זיי שוין באמת דין תורה, אבער ס'איז א חוזק אין א ליצנות פון די תורה זייער יעצטיגע ווילן צו דין תורה... זיי זענען נעבעך געבינדען, קאורט איז אווער, קיין הזמנה קענען זיי שוין נישט שיקן, די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען טון איז לייגן א טעיפריקאדער מיט צוויי ספיקערס אויפן פאורטש און נפתלי משה ווייס קען שרייען אז לפנים משורת הדין.......... און די ברירה ליגט אין ענקערע הענט צו שיקן א הזמנה....... ווי גרויס די ליצנות איז וועט די ליצנות זיין סאך גרעסער ווען מ'זאל זיי ענטפערן יא מ'גייט ענק שיקן א הזמנה..... קיין שום הלכה איז זיי מחייב צו שיקן א הזמנה, און קיין שום הלכה איז נישט מחייב צו גיין ליפנים משורת הדין מיט מוסרים  

פארשטייצעך » 8/12/2009 23:25

דיןתורה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
צד  מהר''א האט געשיקט 3 הזמנות אסאך פאר זיי זענען אריין אין געריכט

אבער דאס אז דער בית דין וואס האט געשיקט די דריי הזמנות האט קלאר געזאגט אז ענק טארן נישט תובע זיין בערכאות, און ענק האבן זיך אנגעפיפן, דאס פארציילסטו נישט.

אויפן טעיפ פון דוד עקשטיין מסור הערט מען ווי ער זאגט פאר אלימלך דייטש, אז ער וויל צווינגען די רביצינס מענטשן מען זאל אים רופן אין קאורט.

אבער דער מסור וויל דין תורה.

אויך דעם ברך משה ווען ר' אהרן האט גערופן אין פעמילי קאורט, האט ער געמיינט אז ס'איז א דין תורה.

די ליצנות פון בלאט איז זייער גוט פאר די זשאוק, און פאר די אהרונים,
אבער טויזנטער קרית יואל'ער אידן, וואס קענען זייער גוט דעם מסור דוד עקשטיין, מיט דעם רבין זיינעם פון די נאענט, האבן נישט אפגעקויפט די ליצנות'ער, און זיך געלאזט אויף די גאסן שרייען געוואלד.

דיןתורה » 8/12/2009 23:50

פישמאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וויפיל הזמנות האט צד מהרא געשיקט פאר די רבנית הצדקית פארן רופן איר אין גויאישן געריכט?????

קוק אינעם בריוו פין קהל פאר פינקטליכע  דעטלאן (כ'האב עס נישט ביי די האנט) דארט וועסטו  אויך זעהן א קאפיע פין די בריוו

כלהנערים » 8/12/2009 23:54

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
צו מ'קען תובע זיין א מרא דאתרא צו נישט וועט שוין בי"ד זאגן...

אויב די זעסט נישט און דעם א דיני ממנות קען איך אייך נישט העלפן, אפשר איז ער טאקע נישט תובע קיין קעש, אבער איינער וואס איז תובע פון דיר אז דו מוזט אריינעמען זיין קינד און דיין מוסדות איז א דבר פשוט אז דאס איז א דיני ממנות סיכסוך.

דעס אז דו קענסט מיר נישט העלפן, פארשטיי איך.. אבער, ארויסווארפן קינדער איז א ממנות סיכסוך דעס פארשטיי איך נאכנישט.
 
דיןתורה » 8/12/2009 23:56

פארשטייצעך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
צד  מהר''א האט געשיקט 3 הזמנות אסאך פאר זיי זענען אריין אין געריכט

אבער דאס אז דער בית דין וואס האט געשיקט די דריי הזמנות האט קלאר געזאגט אז ענק טארן נישט תובע זיין בערכאות, און ענק האבן זיך אנגעפיפן, דאס פארציילסטו נישט.

אויך דעם ברך משה ווען ר' אהרן האט גערופן אין פעמילי קאורט, האט ער געמיינט אז ס'איז א דין תורה.

בית דין האט אינז  קלאר געגעבן א היתר צו גיין אין קארט נאכדעם וואס ענק האבען מסרב געווען, ווי  זיי שרייבען קלאר בכתב

בני לבני זענען נאך רבנים געווארען אריינגעמישט אין די פרשה, אין שפעטער ווען דער בי''ד האט געזאגט אז  זיי האבען נישט מתיר געווען אויף אזוי ווייט, האט קהל קלאר געזאגט אז  זיי האבען נאך אלס א היתר אין אין ביידע צדדים האבען מסכים געווען דורך הרב שווייד אין הג''ר ישראל דוד הארפענעס אז אויב ווינער רב באשטעטיגט אז ער האט געזעהן דעם היתר דאן וועלן זיי נישט זינגען אין נזקקין, אין למעשה רייסען די  זאלי'ס נאך היינט אראפ וויענער רב פאר'ן האבען די חוצפה פין זאגען אז ער האט געזעהן די היתר....

אגב, כ'האב הנאה צו זעהן ווי די כאפסט אן די פעמילי קארט, ווייל דארט האבען די שני בני רבינו ז''ל געשיקט א הזמנה (דעמאלטס זענען די ערשטע אין צווייטע הזמנה געקומען אויף איינמאל...) אבער ווען קהל האט קלארגעשטעלט אז זיי זענען גרייט צו קומען צו די''ת זענען די 2 'מזמינים'  נישט געווען צו געפינען....

דיןתורה » 9/12/2009 00:01

פישמאן
א נתבע קען נישט איינטיילן פאר א תובע וואס זיין תביעה זאל זיין...

דיןתורה » 9/12/2009 00:13

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ביי א דין תורה קען מען מאכן פשרות, ביי קאורט איז נישט דא קיין פשרות, קאורט זאגט ווער ס'איז גערעכט און ווער נישט, די ארונים זענען אנהייב געווען אזוי זיכער מיט זיך אז אין קאורט גייען זיי געוואונען האבן זיי פאר יעדע פרייז געוואלט זען דע סכסוך אנקומען אין קאורט, פארשטייט זיך אז מ'האט אנגעשטעלט א פנים אז מ'וויל דין תורה נאר די מסרבים ווילן נישט, ס'איז זייער א פארשטענדליכע זאך.... אבער נישט פאר דיינים... און פארדעם האבן זיי נאך עד היום נישט קיין היתר בכתב, דעס אז מ'האט געשיקט 3 הזמנות איז טאקע די פארט פון די געים ווי פארשטענדליך, אבער נישט זיך טועה זיין, 3 הזמנות איז נישט קיין אויטאמאטישע היתר בי"ד, פון הזמנות אליינס קען איך נאך נישט וויסן ווער ס'שלעפט ארום................ 

נאכן פארלירן קאורט, סיי ראדני, סיי בית יואל, ווילן זיי פרובירן זייער מזל מיט דין תורה... אבער זיי קענען נעבעך נישט גיין צו דין תורה ווייל קיין שום בי"ד גיט נישט קיין הזמנה אפליקאציע פאר א סכסוך וואס קומט פון קאורט שלא ברשות בי"ד, אבער יעצט ווילן זיי שוין באמת דין תורה, אבער ס'איז א חוזק אין א ליצנות פון די תורה זייער יעצטיגע ווילן צו דין תורה... זיי זענען נעבעך געבינדען, קאורט איז אווער, קיין הזמנה קענען זיי שוין נישט שיקן, די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען טון איז לייגן א טעיפריקאדער מיט צוויי ספיקערס אויפן פאורטש און נפתלי משה ווייס קען שרייען אז לפנים משורת הדין.......... און די ברירה ליגט אין ענקערע הענט צו שיקן א הזמנה....... ווי גרויס די ליצנות איז וועט די ליצנות זיין סאך גרעסער ווען מ'זאל זיי ענטפערן יא מ'גייט ענק שיקן א הזמנה..... קיין שום הלכה איז זיי מחייב צו שיקן א הזמנה, און קיין שום הלכה איז נישט מחייב צו גיין ליפנים משורת הדין מיט מוסרים  

צד מהר''א איז אריין אין געריכט מיט א 'היתר בכתב' נאכדעם וואס דער נתבע האט מסרב געווען, אין ווינער רב שליט''א האט עס באשטעטיגט, אויך האבען עס באשטעטיגט אלע רבנים וואס האבען געארבעט אויף צד מהרז''ל צו קומען צו די''ת ווי הג''ר ישראל דוד הארפענעס, וכו'

קהל, איז פין די ערשטע מיניט געווען גרייט אין נאך אלס גרייט (אפי' ביי פלעצער ווי זיי האבען די אויבערהאנט ווי ביי די הויז, ביה''ח) צו גיין צו סיי וועלכע בי''ד וואס האט נישט קיין נגיעה, אדער צו זבל''א.
אין דאס איז קלאר לפנים משורת הדין, ווייל סיי ביי די ביה''ח אין סיי ביי די הויז האבען די תובעים געקלאגט אין קיין שום הזמנה אדער געהעריגע היתר בי''ד.

קיין שום הלכה איז טאקע נישט מחייב צו שיקען קיין הזמנה, אבער דאס איז קלאר אז רופן אין קארט איז הרמת יד בתורת משה, אין דאס איז קען נאר זיין מותר ווען דער נתבע איז א  מסרב לדין.

אין ווי שוין עטליכע מאל געזאגט, קהל איז גרייט אז די בי''ד  זאל די ערשטע זאך דן זיין טאקע דאס, אויב דא איז בכלל שייך אין נזקקין...

דיןתורה » 9/12/2009 00:14

די אשכול איז אוועק פין די נושא

למעשה ווער האט בעבר אפגעשפארט בתי מדרשים?

דיןתורה » 9/12/2009 00:19

איינער שרייבט מיר אין אישית
אז מ'קען לכאורה צולייגען

דער גרויסע העריסען פלעיס ת''ת געביידע וואס צד מהרז''ל האט ג'מסר'ט אין איז געווארען אפגעגשפארט
(א זאך וואס איז למעשה ארויסגעקומען א טובה פאר צד מהר''א, ווייל ווען די העריסאן פלעיס בנין איז ווען אפען יעצט, וואלטן זיי צום סוף נישט גענועמן די ווייט  בילדינג, ס'איז פשוט געווען ההכרח לא יגונה, אין דאס האט קאנווסיט הרה''ח ר' ישעי וואלף אראפצולייגען די 5 מיליאן דאללאר)

שלעק » 9/12/2009 01:05

דאס איז א אויסגטארכטער שקר פון ארונים, צד מהרז"ל האט דערמיט קיין שייכות נישט געהאט, סאיז אזוי אמת ווי אלע ענקערע גרעפצעס

PARRKIST » 9/12/2009 01:21

שלעק נוץ אביסל איידעלערע אויסדרוקן, א דאנק.

דיןתורה » 9/12/2009 01:25

שלעק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס איז א אויסגטארכטער שקר פון ארונים, צד מהרז"ל האט דערמיט קיין שייכות נישט געהאט, סאיז אזוי אמת ווי אלע ענקערע גרעפצעס

ביזט גערעכט ס'האט געהאט מיט ''פאפא'' (איר געדענקט נאך די זיסע געבעקס, ביי איינס פין די מסירות?)

אין אפשפארען די ביהמ''ד ויואל משה אויף די ערשטע שטאק אין קינגס טערעס האט געהאט מיט בעלזא
אין אפשפארען די ביהמ''ד איחוד התלמידים אויף די ערשטע שטאק אין קליימער האט געהאט מיט קאשוי
אא''וו

אפשאפארען ביהמ''ד בית יואל האט געהאט מיט....
אין כ'הער אז מ'האט לעצטנס אפגעשפארט ביהמ''ד בית יואל אין בנין עסטערייכער ציליב וואס די מתפללים דארט זענען א מערהייט פין...... מן הסתם איז עס וועגן...

אא''וו

שלעק » 9/12/2009 01:31

שעפעלע, באקען מעשיות זאלסטו פאר דיין באבען, האסט עווידענטס? אדער נישט, וואס דו טראכסט ווערט נישט קיין מציאות

קליפ » 9/12/2009 06:35

Rabbi Joseph Waldman with the NYS Police
* width="500" height="405"> <*

כלהנערים » 9/12/2009 21:38

דיןתורה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 
צד מהר''א איז אריין אין געריכט מיט א 'היתר בכתב' נאכדעם וואס דער נתבע האט מסרב געווען, אין ווינער רב שליט''א האט עס באשטעטיגט, אויך האבען עס באשטעטיגט אלע רבנים וואס האבען געארבעט אויף צד מהרז''ל צו קומען צו די''ת ווי הג''ר ישראל דוד הארפענעס, וכו'

קהל, איז פין די ערשטע מיניט געווען גרייט אין נאך אלס גרייט (אפי' ביי פלעצער ווי זיי האבען די אויבערהאנט ווי ביי די הויז, ביה''ח) צו גיין צו סיי וועלכע בי''ד וואס האט נישט קיין נגיעה, אדער צו זבל''א.
אין דאס איז קלאר לפנים משורת הדין, ווייל סיי ביי די ביה''ח אין סיי ביי די הויז האבען די תובעים געקלאגט אין קיין שום הזמנה אדער געהעריגע היתר בי''ד.

קיין שום הלכה איז טאקע נישט מחייב צו שיקען קיין הזמנה, אבער דאס איז קלאר אז רופן אין קארט איז הרמת יד בתורת משה, אין דאס איז קען נאר זיין מותר ווען דער נתבע איז א  מסרב לדין.

אין ווי שוין עטליכע מאל געזאגט, קהל איז גרייט אז די בי''ד  זאל די ערשטע זאך דן זיין טאקע דאס, אויב דא איז בכלל שייך אין נזקקין...

 איך ווייס נישט פארוואס דו האסט אויסגעלאזט אויך אז גאלאנטע'ר רב האט עס באשטעטיגט, אויך ר' יודל גרובער באשטעטיגט דאס אין א בריוו, אפי' ר' יחזקאל ראטה האט אויך קלאר געזאגט אז צד מהר"יי זענען די מסרבים, אויך האט שוין ר' געציל כמה פעמים געזאגט קלאר אז ס'איז דא א היתר בכתב, און ווער רעדט נאך פון הרב וואזנער ער האלט דאס אין איין זאגן,

אקעי לאמיר נישט פארקריכען פונעם אשכול..

גערעכטער1 » 9/12/2009 22:10

טיפיקל זאליס, קודם שרייען זיי אז סאיז שקר אז מע האט אפגישפארט בתי מדרשים, דערנאך האט מען יא אפגישפארט אבער  דאס האט גארנישט מיט זיי, סהאט זיך אזוי אליין אפגישפארט, סאיז דא בילדער ווי זיי קימען אין זופניק בית המדרש מיט כלבים אין אפגישפארט דאס בית המדרש, שראבן זיי אז מע האט נאר ארוס גיווארפן אפאר כולל אינגעלייט, אבער זיי פארציילן נישט אז דאס בית המדרש איז גיווען אפגישפארט באלד א וואך, מע האט דארט נישט גידאווענט, קיינער האט דארט נישט גיקענט אראן גיין, תהילות יואל דאס שענסטע אין בעסטע וואס סאטמאר האט פארמאגט האט דארט גידאווענט, האט מען זיי ארוס גיווארפן אוף די גאס פארן איינציגן חטא פאר נישט וועלן מאכן א מי שברך פאר הגז''ל, זיי האבן נאך אזוי ערליך גידאווענט ווי די קרעטשמע מתפללים אין פארוואס הייסט דאס נישט אפשפארן א בית המדרש? אויב מעג מען ארוס ווארפן רבי בנציון לאב מיט די אנדערע 12 דיינים וואס יעדער פין זיי פאקט איין סיי וועם פין די דריי מחרחרי ריב וואס האבן אינטער גישריבן אויף רבי דוד עקשטיין די שקרים וכזבים, איז זייער בליט נישט אזוי רויט ווי הרב מארגענשטערן, הרב טענענבוים אין הרב קויפמאן?, איז זייער תפילות נישט אזוי חשוב ביים באשעפער ווי די תפילות פין יאנקל טארעך אין דעם געלן בדחן?, על כל פנים כבר הי' לעולמים, מע האט שוין אמאל אין אפאר מאל אפגישפארט בתי מדרשים אין סי האט אייך ווייניג געקימערט, מיך קימערט יעצט נישט.

תוקן על ידי המהדרין ב- 10/12/2009 02:52:42

כלהנערים » 9/12/2009 22:36

הרב מארגענשטערן הרב טענענבוים הרב קויפמאן זענען נישט קיין רשכבה"ג, זיי זענען רבנים אין קרית יואל אויף זיי איז נישט קיין קשיא וואו זיי זענען געווען, דיין רבי איז דער רשכבה"ג.. נישט דא קיין שערורי' ווי ער האט נישט אריינגעשטעקט זיין  נאז, אויב איז טאקע אמת יעדע ווארט וואס דו זאגסט, איז דאך דאס טאקע א גרויס ווייטאג פארוואס האט מען נישט פון אים גיהערט קיין וויי געשריי????

נ.ב. איך האב שוין איינמאל געשריבן, אויב זענען בית יואל מוסרים א דאנק די זאלונים, איז דיין רבי אן אגודאי צוליב... ליבערשט זאל מען נישט מאכן קיגל'ן,

תוקן על ידי המהדרין ב- 10/12/2009 02:50:25

גערעכטער1 » 10/12/2009 03:35

אזוי? איך האב גימיינט אז די גרויסע צדיקים מארגנשטערן, טענענבוים אין קויפמאן מיינען עכט דעם באשעפער, זאגסטי אז כבוד עצמם דורשים? זיי מיינען נאר זעך? אין נישט סתם אזוי יוצא צי זיין מצוות מחאה, ני אויב מיינען זיי נאר זעך, וויאזוי זענען זיי באגלייבט צי זאגן א פסק אויף רבי דוד עקשטיין?, זיי זענען דאך נוגעים בדבר!!! אין בכלל, ווען איז מיין רבי שליט''א יא דער רשכבה''ג אין ווען נישט?

דער רבי זאל זיין געזינט זאגט כסדר דברי רבינו בעל דברי יואל זי''ע אז ער זאגט נאר פאר וועם עס וויל הערן, ער איז נישט דא מתקן זיין די גאנצע וועלט, ער זאגט נאר דברי אלקים חיים אין ווער איז וויל הערן אין מיט האלטן איז וועלקום, האט מען דען עמעצין גיצווינגען אויס צי פאלגן די תקנות? זיכער אז ניין!, די וועלט איז נאר ארויף געשפרינגען אויף דעם וואגן אין האלט דאס מיט, אזוי אויך, האבן מיר דען גיצוינגען רבי אליעזר קעסטענבוים שליט''א צי בויען א תקנה חתונה זאל? געוויס אז נישט!, אבער רבי אליעזר, א איד א תלמיד חכם מיט השגות האט אליין פארשטאנען, הדבר יצא מפי המלך, אין רבי אליעזר האט תיכף גיפאלגט!!!

דיןתורה » 10/12/2009 19:58

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הרב מארגענשטערן הרב טענענבוים הרב קויפמאן זענען נישט קיין רשכבה"ג, זיי זענען רבנים אין קרית יואל אויף זיי איז נישט קיין קשיא וואו זיי זענען געווען,
נ.ב. איך האב שוין איינמאל געשריבן, אויב זענען בית יואל מוסרים א דאנק די זאלונים, איז דיין רבי אן אגודאי צוליב... ליבערשט זאל מען נישט מאכן קיגל'ן,

תוקן על ידי המהדרין ב- 10/12/2009 02:50:25

איינס פין די אפגעשפארטע בתי מדרשים אין גאר געטוהן געווארען דורך ''זייערע מענטשן'', אין פארוואס האבען זיי דארט פארשוויגען?
אין סיי וויאזוי, זיי נישט משוגע, לייקען נישט די שייכות פין בני יואל מיט רז''ל, זיי האבען טאקע עקסטערע שולן, אבער ס'איז פינקט ווי קהל יטב לב אין וומ''ס - מהר''א, מיט קהל עצי חיים אין וומ''ס

דיןתורה » 16/12/2009 20:33

תוקן על ידי דיןתורה ב- 16/12/2009 20:32:44

בלאט: 1 2