נעכטן ביי די ריזיגע עצרת ווען טויזנטער אידן האבן זיך פארזאמעלט צו שרייען געוואלד קעגן די רשעי ישראל פון די ווילידזש און קהל יטב לב (ארונים) וועלכע האבן אפגעשפארט א בית המדרש מיט איבער 500 מתפללים טעגליך. איז ארויסגעברענגט געווארן דער געוואלדיגער צער, אז ווערן רשעי ישראל און ערב רב האבן א כח הממשלה זענען זיי אסאך ערגער ווי דער גלות ביי די גוים. און מען האט מתפלל געווען אז דער ווילידזש זאל בטל ווערן.
וואלט איך געוואלט פרעגן א שאלה, פון די וואס קענען זיך אויס אין געזעץ, וואס איז דער פראצעדור אויפצולעזן א ווילידזש?
דארף מען האבן אונטערשריפטן? אדער וואלן?
נישט אז איך בין אזוי נאאיוו אז מען קען אפשפארן דעם ווילידזש איינס צוויי, אבער אפשר קען מען אנהייבן דעם פראצעדור?
אפשר איז מעגליך צו האבן אויף קומענדיגן נאוועמבער א "פראפאזישאן" אויפצולעזן דעם ווילידזש?
אפילו מען וועט דאס ערשטע מאל פארלירן איז אויך נישט געפערליך, אז מען קוקט דעם ריזיגן ציבור לאלפים וואס האט נעכטן ארויס לרחובה של עיר, אויסצושרייען בריש גלי, אין לנו חלק בשלטון הווילידזש, אז מען זעט דעם געוואלדיגן וואוקסט פון דעם ציבור ערליכע אידן, איז בכלל נישט נאריש צו טראכטן אז במשך הזמן וועט מען קענען אפשפארן דעם ווילידזש, וואס פארשפארט בתי מדרשים.