היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ב"ה, בראדוועי טרייענגל ריזאונינג באשטעטיגט!

ב"ה, בראדוועי טרייענגל ריזאונינג באשטעטיגט!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2729628

שלעק » 7/12/2009 19:14

הודו לה' כי טוב: בראדוועי טרייענגל ריזאונינג באשטעטיגט דורך צוויי קריטישע קאונסיל קאמיטעען

עס קומט איצט די בשורה אז די בראדוועי טרייעל ריזאונינג איז היינט צופרי שטארק באשטעטיגט געווארן דורך די סיטי קאונסיל'ס, סוב-קאמיטע פאר פלענינג, און די לענד -יוז קאמיטע.

די קעגנער האבן פארלייגט כוחות צו ברענגן די קאמיטעען עס אראפצושטימען, און מיר האבן נעכטן געשיקט 'מינוטס' פון א הירינג, וואו זיי האבן געשאסן פעך און שוועבל דערויף, נוצנדיג יעדע טענה וואס איז נאר שייך, און אפירברענגנדיג זייער אסאך מענטשן אויפצוטרעטן דערקעגן. איבערהויפט האט זיך ארויסגעשטעלט עס צו באקעמפן קאונסיל-פרוי דיענע ריינע, וועלכע איז היינט אויך אויפגעטרעטן מיט א לאנגע רעדע דערקעגן. די קעגנער האבן געלייגט האפענונגען אז זיי וועלן באווייזן צו שטערן דעם פלאן דורך די קאמיטעען.

היינט צופרי האט זיך ב"ה ארויסגעשטעלט אז די קאונסיללייט האבן איינגעזען די זינלאזיקייט אין די העצערייען קעגן דעם געוואלדיגן פלאן צו ברענגן ארום צוויי טויזנט נייע דירות אין די געגנט, וואס כמעט טויזנט דערפון וועלן זיין ביליגע רענטאל דירות, א גרויסן טייל פון דריי-פיר בעדרומס.

אין די פלענינג סוב -קאמיטע איז דער פלאן באשטעטיגט געווארן אין א 3-0 אפשטימונג, און אין די גרעסערע לענד -יוז קאמיטע איז עס באשטעטיגט געווארן אין א 12-6 אפשטימונג. אין די קומענדיגע צוויי טעג דארף עס אויפקומען פאר אן אפשטימונג בעפאר די פולע סיטי קאונסיל, און נאך אזא שטארקע באשטעטיגונג אין די קאמיטעען איז ערווארטעט אז עס זאל שטארק דורכגיין די גאנצע קאונסיל און באקומען דעם מעיאר'ס אונטערשריפט.

דאס איז א געוואלדיגע בשורה פאר'ן וויליאמסבורגער ציבור, אז אין די קומענדיגע יארן וועלן בעז"ה צוקומען הונדערטער ביליגע
דירות אויפן מארקעט, און בכלל וועט פארלייכטעט ווערן די דירות מאנגל.

מען דארף דאנקן השי"ת אז עד הנה עזרוני רחמיך ולא עזבוני חסדיך ה"א, און ווייטער בעטן אל תטשינו, ווייל די קעגנער ווילן נאך פרובירן צו שטערן די פלענער אין געריכט. מיר האפן ווייטער צו קענען מעלדן נאר גוטע בשורות.

כלהנערים » 7/12/2009 19:55

אוודאי אלעס צו פארדאנקן ארי' לייב גלאנץ..

נפל » 7/12/2009 20:43

אשריך! אשריך ארי' לייב גלאנץ!... כא כא

שלעק » 7/12/2009 22:33

The NY Times reports on the Broadway Triangle rezoning


http://cityroom.blogs.nytimes.com/2009/12/07/rezoning-of-brooklyns-broadway-triangle-advances/

--

If you would like to join our Mailing List or for any Questions and Comments email us at broadwaytriangleupdates@gmail.com

Please add us to your contacts or to your white list to prevent our news updates from being filtered to your spam folder. Thanks    

שלמה_יאנקל » 27/12/2009 02:45

ברוך השם די וואך איז עס באשטעטיגט געווארן ענדגילטיג ביי סיטי קאונסיל מיט א גרויסע מערהייט 10/36

קליפ » 13/7/2010 18:11

Judge Stalls Broadway Triangle Housing Plan