היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאליס באשייגעצן דעם יונגל אהרן טייטלבוים

זאליס באשייגעצן דעם יונגל אהרן טייטלבוים

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2729109

מישמאש » 6/12/2009 22:53

פראגאנגענע וואך אין די זאלי חדר אויף טראפ עוו. ביי לאנטש האט דער מלמד ואס רעדט צי די קינדער אויס געריפן אז 3 קינדער זאלן ארויף קומען, איין קינד הייסט אהרן טייטלבוים

ווען מען האט אויס געריפן דעם נאמען אהרן טייטלבוים, האט אנגעהויבן ווערן קולי קולות אין לאנטש רום פין אלע קינדער

שייגץ טמא ימח שמו, אין טאמיר ס'איז נישט געווען געניג זענען געשטאנען 2 מלמדים אין געמאכט מיט די הענט אז מען זאל שרייען נאך העכער, ביז די קינדער האבן אנגעהויבן צי ווארפן זאכן אויף עם אימשולדיג קינד דעמאלס האט דער מנהל געהייסן סטאפן.  ע"כ המעשה

דעס זענען די פירות פין די עמלקים פין די היינטיגע צייטן, נישט נאר זייערע שולן אין ווערצהייזער דארף מען פארמאכן
נאר אפילו זייערע פארשלטענע בתי חינוך ברויך מען פארשפארן.
 
אויף די זאליס טאר מען קיין רחמנות נישט האבן זיי זענען רשעים אין מרי לב אין זיי זענען עלול אויף רציחה.



rebyankel » 7/12/2009 00:29

זייער פארדארבענע חינוך שטינקט ארום אין די גאס
ווי שוין דא באריכטעט איז געווען א ריזיגע פראטעסט אין לאנטש רום ווען ר' אברהם ישעי' ווייס האט בטעות דערמאנט ''ר' געציל זאגט אז''

נעבעך אויף אזעלכע דורות, די לעצטע פאר וואכען שפאנט מען איין פין די צאן קדשים פין די תשב''ר ביז די קווינס בחורים אויף א הייליגע מיסיע: ארומגיין רייסען צעטליך פינעם גרויסען סעודת הודאה פין די סאטמערע.
אין יעדער קען עדות זאגען אז זיי טוען די זשאב בשלימות לויט די מאקסימום פין זייערע מעגליכקייטן
אבער ווען זיי זאלען וויסן וויפיל מער געלט ס'ברענגט ווען מענטשן דערמאנען זיך מיט וואס פאר א חינוך מ'האט געוואלט אינזערע קינדער ערציען, אין ב''ה אז מ'איז פין דעם פטור געווארען, דאנקט מען הקב''ה אויף דעם אין מ'איז מוסף מיט א הערליכע הוספה פאר'ן דינער.

פאר א פשוט'ע דוגמא, כאפט א שפאציר ביי איינס פין זייערע בתי מדרשים ספעציעל אין ראדני, ווי יעדע וואך ווערן די ווענט אפדעיטעד מיט די פרישע פאשקאווילן פין זייער פארום אדער פין זייער שמיציגער צייטונג, אין די קינדער שטופן זיך ארום די צעטליך עס צו ליינען. נעבעך פאר אזא חינוך, פאר אזעלכע פירות.