היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מעמד הוצאת ספרי תורה ביהמ"ד בית יואל

מעמד הוצאת ספרי תורה ביהמ"ד בית יואל

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2728968

על_הגאולה » 6/12/2009 18:29

יעצט קומט פאר די טרויעיגע/פרייליכער מעמד פון הוצאת ספרי תורה בית המדרש בית יואל,

עס ווערן געהאלטען דרשות

מצד קהל יטב לב איז דא גרויסע לאוד ספיקערס מסביר זיין די ענין, אז דאס איז די תוצאה פון גייען בערכאות

מצד בית יואל, האלטן דרשות הרב משארמש, הרב יחזקאל גאלד און נאך

נייעס און קרישקעלעך זאל מען דא אריינלייגען

על_הגאולה » 6/12/2009 18:36

718-838-3864

בשמחה_תמיד » 6/12/2009 20:52

פירן דעם שמועס ווייטער נאר דא.

יקרבו » 6/12/2009 20:57

אן אינטערסאנטער טאג היינט
סיי די אהרונים אין סיי די זאליס האלטן אז היינט איז געווען א גרויסער קידוש השם

מי כעמך ישראל.

נוטראלער » 6/12/2009 20:59

ברוך המקדש שמו ברבים!!!

איך האב נישט קיין ריכטיגע דיבורים זיך אויסצודריקן דעם געוואלדיגן קידוש השם וואס איך האב יעצט בייגעוואונט, ווי טויזענטער אידן זעענען זיך צוזאמגעקומען אינאיינעם אויסשרייען דעם ווייטאג אז מען שפארט אפ א בית מקדש מעט, ווי רביה"ק זי"ע האט זיך שופח שיח געווען לפני קונו, אזא קידוש שם שמים וועט אריינגיין אין די היסטאריע ווי טויזענטער האבן אינאיינעם געזאגט תהלים, י"ג מדות של רחמים, קבלת עול מלכות שמים, בחוצות קרית יואל.

פארעסט ראוד איז געווען אפגעשפארט פאר אריבער איינס א האלב שעה, די גאנצע שטאט איז געפארן אויף רעדער, ווער עס קען קרית יואל ווייסט וואס דאס מיינט אז פארעסט זאל זיין אפגעשפארט, ב"ה נען האאט געזעהן אז לא אלמן ישראל, כלל ישראל איז געשטאנען קרוב צו דריי שעה אין די קעלט און געהערט דרשת פון די רבנים הגאונים וצדיקים שליט"א

נאך נייעס און בילדער וועט נאכפאלגען

ארגינעלער » 6/12/2009 21:01

נוטראלער, בילדער ביטע. דער עולם ביי אונז דארשט און לעכצט צו זען דעם געהויבענעם מעמד

מאך אונז דעם טאג.

נוטראלער » 6/12/2009 21:06

האב געדילט, גרייט דיך אבער קודם אן תירוצים, צוזאמגעשטעלטע בילדער, וכדו'

יקרבו » 6/12/2009 21:08

סוב טאטל
דער קרעטשמע איז פארמאכט.
שפיטוקער, מיט מנשה פילעף, אין מאיר ראטה, אין קיש וואלי, אין משה מאנראער,
זענען שון צוריק אין ווילי

אין דער שפיטווקער יעקב שמשון טייטלבוים איז אין שפיטאל.

אין די איינציגסטע שאלה וואס איז תלי' ועומד איז ווי זענען די ארעסטען די הינדערטער מסירות נפש
פין די זאליבאנער מיט די בני יואל, ווי איז דער ריכטעגער קידוש השם, ווען האבן זיי אנגעהויבן מורא צי האבן פין א ריכטער, ווי די הינער האבן זיי געפאלגט דעם ריכטער.
געפאקט פעק אין ארויס פין די קרעטשמע

דעס איז שוין נישט די בני יואל פין 20 יאר צוריק וואס זיי האבן באמת געהאט מסירות נפש
נאר זיי האבן זיך אנגעהויבן צי חבר'ן מיט רשעים וווי די זאלי'ס וואס האבן זיי קאלט צי א יעדע ערליכע זאך איז שוין אויטמאטיש נישט קיין מסירות נפש

אוי לרשע אוי לחבירו.



יענקעלע11 » 6/12/2009 21:11

 

זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בישועתו, ענדליך נאך אריבער
אכט יאר וואס די נשמה פון די רעבעצין ז''ל האט זיך נעבעך ארום
געוואלגערט אן די מעגליכקייט צו צוקומען למנוחה נכונה, אלע אירע
זכותים אין צדקות וואס זי האט געטוהן אויף דער וועלט איז איר נישט
צו הילף געקומען, זי האט נעבעך געוואלט אנקומען צום היכל ווי רבותינו
הקדושים דער בעל דברי יואל און דער בעל ברך משה זי''ע געפונען זיך
אבער וויל לאנג דער ליצנות קלאב, איז אפן געווען האט מען איר דאס נישט

ערלויבט, ביז ענדליך נאך אכט יאר מיט די שווערע האראוואניע פונעם רבין זי''ע
קענען מיר אויסשרייען, חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, און זה היום
עשה השם נגילה ונשמחה בישועתו, און ענדליך היינט צו טאג ווען דער אכזריות'דיגע
ליצנות קלאב ווערט ענדליך פארשפארט על בריח ומנעול, קען די נשמה פון הרבנית
הצדיקת אלטא פיגא בית אביגדור אנקומען למנוחה נכונה און אנקומען אין היכל
רבותינו זי''ע, ת.נ.צ.ב.ה. 

און מיר תלמידים און חסידים פון הייליגן בעל ברך משה זי''ע פרייען זיך שטארק
אז ב''ה מיר האבן זוכה געווען צו דערלעבן צו זעהן בעינינו די הבטחה פון בעל ברך משה
אז די בני יואל וועלן נאך האבן א מיאוסן סוף, מיר האבן אלץ געהאפט אליין זוכה זיין
צו זעהן דעם קיום פון די דאזיגע הבטחה און ב''ה שהחיינו והיגיענו לזמן הזה,
און ב''ה זוכה געווען דערצו און מיר ווארטן און האפן אי''ה צו דערלעבן ווייטער צו זעהן ווייטערדיגע שמחות ווען זיי וועלן בקרוב זיין געצווינגען צו פארלאזן די אנדער געגזל'טע בנינים, און מיר גלייבן באמונה שלימה אז דאס קען און וועט געשעהן בקרוב ממש. בב''א.

 

דער גרויסער קידוש השם וואס קומט היינט פאר אין קרית יואל, ווען די ועלט זעהט
בחוש אז לא אלמן ישראל, יש דין ויש דיין, און הרמת יד בתורת משה איז נישט מצליח, דער קידוש השם וואס קומט היינט ארויס וועט זיכער זיין לעילוי נשמתה הטהורה פון אונזער רעבעצין ז''ל, וויפיל צער האט די נשמה נעבעך געהאט די אלע יארן וואס די עבודה זרה פון הרמת יד בתורת משה איז אפן געווען, אין די בועטים בתורה משה האבן געשריגן אין לנו חלק באלוקי ישראל, מיר האבן נישט קיין תורה און נישט קיין שום תורה'דגע אוטוריטעט, בהפקירא קא ניחא לי (כדברי השחץ פון דעם פורק עול זלמן לייב וואלדמאן) יעצט זעהט די וועלט אז דברי חז''ל איז א ניצחית, ווען זיי האבן געזאגט והיא לא תצלח איז דברם הקדושים חיים וקיימים, און דער קידוש השם גייט זיכער לטובת נשמת הרבנית הצדיקת אלטא פיגא בת אביגדור ז''ל. 

די אפגעפליקטע בני זועל, שרייען, שפייען בלוט, באשילדיגן יעדן איינעם, הענגען אויס פלאקאטן מיט ריזיגע קידוש לבנה אותיות ווי זיי ברענגען אראפ האלב קינות און גיסן אויס זייער דערביטערקייט און שרייען געוואלד, יעדער איז שולדיג אין זייער נידערלאגע, זיי שעלטן דעם רבין שליט''א, זיי שעלטן רבי דוד עקשטיין שליט''א, אבער דאס אז זיי אליינס זענען שולדיג אין זייער ביטערע נידערלאגע פאלט זיי גארנישט ביי, דאס וואס עס שטייט אין איכה כִּי-ה' הוֹגָהּ עַל רֹב-פְּשָׁעֶיהָ; צַדִּיק הוּא ה', כִּי פִיהוּ מָרִיתִי;  נֶהְפַּךְ לִבִּי בְּקִרְבִּי, כִּי מָרוֹ מָרִיתִי; נַחְנוּ פָשַׁעְנוּ וּמָרִינוּ, אַתָּה לֹא סָלָחְתָּ.  דאס דערמאנען זיי נישט, און די ענדע פון איכה ווי עס שטייט: נַחְפְּשָׂה דְרָכֵינוּ וְנַחְקֹרָה, וְנָשׁוּבָה עַד-השם הֲשִׁיבֵנוּ ה' אֵלֶיךָ ונשוב (וְנָשׁוּבָה), חַדֵּשׁ יָמֵינוּ כְּקֶדֶם. כִּי אִם-מָאֹס מְאַסְתָּנוּ, קָצַפְתָּ עָלֵינוּ עַד-מְאֹד.  הֲשִׁיבֵנוּ ה' אֵלֶיךָ ונשוב (וְנָשׁוּבָה), חַדֵּשׁ יָמֵינוּ כְּקֶדֶם. פון דעם ווילן זיי נישט וויסן, זיי שרייען ווייטער בקול רם, אחטא ואשוב ואחטא, אין לנו חלק ונחלה באלוקי ישראל,, זיי ווילן נאר פראטעסטירן ביים רבין שליט''א, ס'פאלט זיי גארנישט ביי אז דאס איז א שטראףפאר מרים יד זיין בתורת משה, את אשר קרא להם מודיעים ואת אשר עשו לא מודיעים, אם יהרג במקדש השם כהן ונביא לא מודיעים, וויפיל בלוט האבן זיי געצאפט פון אונזער הייליגן רבי דער ברך משה זכותו יגן עלינו, ניין, אפילו אין דעם הסתר פנים פילט זיך אמאל אן דאס מעסטל, און מען כאפט צוריק מנה אחת אפיים, אבער רשעים אפילו בפתחו של גיהנם אינן חוזרין, דער חרון אף איז גרויס דער חילול השם איז מעכטיג, און ווער איז שולדיג?, נישט די פארפוילטע רשעים, ניין, נאר דער רבי שליט''א, זעט אויס אז דער צדיק הדור איז נתפס בעוון הדור.  




תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 06/12/2009 21:19:51

mechel19 » 6/12/2009 21:16

מען שמועסט אז יאשקע וואלדמאן זאגט אז זיי האבן באמת געווינען, אז זייער נייע סינאגאגע ביי חרדים איז באמת נאר א המשכה פון די אלטע קאך, ס'איז באמת איינס מיט יענעם,  נוסח פאלאק'ס לאט,

wowowowo » 6/12/2009 21:26

איך האב א בילד איך ווייס נאר נישט ווי אזוי מען לייגט עס ארויף

קליפ » 6/12/2009 21:31

* width="500" height="405"> <*

ארגינעלער » 6/12/2009 22:10

דוד46 שרייבט:

מעכטיגער דורכפאל פאר די אהרונים.

די אהרונים האבן געמיינט אז זיי וועלן קענען צווינגען די בני יואל צו בלייבן אין די רביצינ'ס הויז.

היינט זענען די בני יואל ארויסגעגאנגען פון רביצינ'ס הויז ווי העלדן און זיגער.

ופני האהרונים חפו.

ארגינעלער » 6/12/2009 22:23

נוטראלער, אז דו וועסט מיר ברענגען בילדער אז די בני פיגא זענען געבליבן אינעווייניג אין די רביצינ'ס שול וואס זיי האבן "געווינען" מיט אפאר וואכן צוריק, דעמאלס וועל איך זאגן אז די בילדער זענען צוזאמגעשטעלט

אבער אויב דו וועסט מיר ברענגען בילדער וויאזוי זיי האבן א מפלה ווי המן און לאזן ענדליך איבער די קאפע הויז וועל איך טאנצן און שפרינגען פאר שמחה

מישמאש » 6/12/2009 22:42

דעם ספר תורה וואס מען העאט אריין געגעבן תשמ"ד לקנתר האט אויך ארויס געפירט ?

זעליג_כהן » 6/12/2009 22:43

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 07/12/2009 00:57:42

מישמאש » 6/12/2009 22:46

א שיינע 150 ליידאקאס

טראק » 6/12/2009 23:10

די בני יואל ברענען פאר כעס אויף ר' זלמן לייב, אויף די חוצפה אז ער איז נעכטן געווען אין קרית יואל, און טראץ די פרעזענדליכע בקשה פונעם שארמאשער, אינעם טשאטער, אז ער זאל מוחה זיין, און זיך אנעמען פאר זיי, זיי האבן איינגעלייגט וועלטן אז ער זאל עס טאן.

האט ער זיך אויסגעלאכט פון זיי, ווען זיי זענען לוזערס וויל ער זיי נישט אנקוקן, ער שאקלט זיך אפ פון זיי.

ער האט נישט דערמאנט קיין ווארט דערוועגן, צוליב וואס משה גבאי און קעסטענבוים פירן אים, און זיי האבן אים גע'אסר'ט צו רעדן א ווארט דערוועגן.

דעקלעראציע » 6/12/2009 23:31

מען זעהט בחוש ווי דער ברך משה פארארבעט מעשים בעלמא דקשוט אז די שטאט קרית יואל זאל נישט אריין פאלן אין די הענט פין רשעים

צדקיקם במתיתים יותר בחיהים

קליפ » 6/12/2009 23:56

KJ Shoul closing part #1
* width="500" height="405"> <*

קליפ » 7/12/2009 00:31

KJ Closing Shoul Part 2
* width="500" height="405"> <*

לעקסינגטאן » 7/12/2009 00:43

ווייסט איינער וויפיל פארקינג ספעיסעס סאיז היצט צוגעקומען צום ביהמ"ד

וויפיל נאך יודן וועלן יעצט קענען קומען פארטאגס לערנען אינעם גרויסן ביהמ"ד??

ווייניגער ליידיגגייער און נידריגע יונגען וועלן זיך דרייען אינעם שטח!!

ארגינעלער » 7/12/2009 01:20

ר' הלל טייטלבוים וועט האבן ווייניגער ארבעט ווייל מען וועט שוין נישט דארפן מורא האבן פון די מושחתים וואס דאווענען אין דעם קאפע הויז

קליפ » 7/12/2009 01:21

KJ Closing Shoul Part 3
* width="500" height="405"> <*

קליפ » 7/12/2009 01:37

KJ Closing Shoul Part 4
* width="500" height="405"> <*

קליפ » 7/12/2009 02:29

KJ Closing Shoul Part 5
* width="500" height="405"> <*

יעקב_שמשון » 7/12/2009 02:40

איך וואלט צי קישט דאס פיסק פין מאיר יודל, איין שטיק בי עס


תוקן על ידי יעקב_שמשון ב- 07/12/2009 02:41:24

קליפ » 7/12/2009 03:56

KJ Closing Shoul Part 6
* width="500" height="405"> <*

נוטראלער » 7/12/2009 04:57

חלק א'

נוטראלער » 7/12/2009 04:59

חלק ב'

נוטראלער » 7/12/2009 05:03

חלק ג'

נוטראלער » 7/12/2009 05:16

חלק ד'

נוטראלער » 7/12/2009 05:21

חלק ה'

נוטראלער » 7/12/2009 05:24

חלק ו'

קליפ » 7/12/2009 06:28

KJ Closing Shoul Part Seven
* width="500" height="405"> <*

קליפ » 7/12/2009 06:29

KJ Closing Shoul Part 8
* width="500" height="405"> <*

קליפ » 7/12/2009 06:37

KJ Closing Shoul Part 9
* width="500" height="405"> <*

נוטראלער » 7/12/2009 07:44

חלק ח'

נוטראלער » 7/12/2009 07:45

חלק ט'


http://frumtube.com/play.php?vid=2264

 

תוקן על ידי נוטראלער ב- 07/12/2009 07:46:44

נוטראלער » 7/12/2009 07:50

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

פארשטיי » 7/12/2009 17:20

 

ויהי ממחרת,

 

די וויינעדיגע שטימע וואס האט נעכטען באמבאסטיש פארגעזינגען די שירי דוד המלך און די קרית יואל'ער גאסען, איז שוין ב''ה פארשטילט,

 

חזקאל גאלד'ס פראקאלעמאציע אז רבינו שליט''א איז אזוי קוק ימ''ש עפ''ל, איז שוין פראטאקאלירט געווארען, און די ארכיווען פון דעם אראבישען שערי חסד אונסעטוטציע,

 

מאיר יודל טעטנבוים דער שרף פון טשאטה'עס  מאסיווע ליגיונת און פאנטאזיעס, האט שוין קונה שביתה געווען און די ווייטאגליכע הערצער פון די יושבי הסעפטיק ז''ל,

 

 די קללות און ר''ת פון דעם עסקן נמרץ נגד כל דבר שבקדושה מיילעך שטערן שר''י האט שוין חל געווען אויף אלע שווארצע ריחות,

 

דער שטעפיווקער רבי השני, און שוין סטאציענירט געווארען און א גייסטישען אנשטאלט,

 

די שטילקייט און רואיקייט האט ציריק באהערש די גאסען פונעם הייליגען שטעטעל קרית יואל יע''א, תלי''ת

 

און ר' דוד עקשטיין הי''ו איז ביטער אנגעווייטאגט, פארוואס?

 

ער האט א טענה אז מען האט ארויסגעטראגען די ספרי תורה, פארוואס???? ווער וויל דען נישט  מקיים זיין די הייליגע צוואה פון די מחברתו הטהורה פון רבינו הקוה''ט זי''ע,?

 

ר' דוד עקשטיין הי''ו שרייט חי וקים, אז ער לאזט דעם ביהמ''ד אפען, ער שטעלט בלויז אריין נייע גבאים, און שטעלט אפ די קאקעש קעק פארטי'ס ער טיט דאס בלויז לע''נ די הייליגע רעביצען,

 

געוואלד!!! ווער עס קען פוילען ביי די וואלדמאנ'ס מיט די סעפטיקער זיצער אז מען זאל מקיין זיין והשיב את הגזילה! און די מצוה פון  לקיים דברי המת,  און ציריק געבן די געוועזע קרעשמע פאר קהל,  איז מחייב עס צו טאן, ווייל מען דארף מקיים זיין די צוואה פון די הייליגע רעבעצין ז''ל, אז און איר הויז זאל זיין א מקום תורה ותפילה,

 

דעם בית מדרש איז פארמאכט געווארען דירוך אחים וואלדמאן, קהל האט נישט געהאט קיין שום חלק און אזא מעשה נבלה וואו צו מאכען א בית מדרש,

 

אדרבה אויב די צוואה פון די הייליגע רעבצין איז אזוי הייליג ביי די געוועזענע יושבי הסעפטיק, לאמיר זען אז זיי זאלען געבן די שליסליך פון די דירה פאר קהל, און קהל וועט זיך זארגען מקיים צו זיין די צוואה פון די רעבעצין און אויף שטעלן דארטן צוויי נייע פליש'עס איינס אוהל אלטא פיגא און די צווייטע אוהל חי' רוזא, לע''נ די טאכטער פון רבינו הקוה''ט זי''ע


כלנו למען כבוד הרעבעצין ז''ל !!! 

 

 

nys10952 » 7/12/2009 17:30

מישמאש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א שיינע 150 ליידאקאס


האלסטו טאקע אז סאיז א געשטיקעלטע ארבייט דע אלע קליפס?
קיקט נישט דארט אויס ווי  1000ער  ?

יענקעלע11 » 7/12/2009 17:31

די זאליבאנצעס האבן יאמערליך געוויינט זיי האבן געזאגט אלעס וואס שטייט אין קינות, און אין מחזור,
גאנץ סליחות האבן זיי געזאגט, דער האט גישריגןן ה' מלך, דער האט געזאגט ותן טל ומטר,
דער האט געכליפעט מיט ה' ה', יענער האט געבלאזן שופר, געהאלטן כל נדרי און תקיעת שופר דרשות,
געשאלטן קללות נמרצות, איינער שרייט אז מען דארף אינזין האבן ביי ולמלשינים,
דער צווייטער שרייט אז וכל הרשעה בעשן תכלה דארף מען אינזין האבן דעם פרשאלטענעם ווילידזש,
דער באשולדיגט דעם שחיטה מונחת, יענער באשולדיגט דעם אשת חיל, יעדער זאגט זיין פזמון,
און מיר שרייען אויס "זה חלופתי זה תמורתי זה כפרתי" מיר דאנקן דעם באשעפער אז זיי דארפן שרייען
און וויינען, ווייל לויט זייער  פלאן האבן מיר געדארפט שטיין אין די קעלט און בוכה'ן בדמעות שליש,
ווער געדענקט דען נישט די טערמינען וואס דער משתמש בקודש האט געגעבן ווי לאנג עס וועט נעמען
און קרית יואלער רב וועט פליען, ווער געדענקט דען נישט די גראז אויף די הענט ווען זיי האבן זיך געשוואוירן
אז זיי גייען אלעס איבער נעמען, די שכינה הקדושה זאגט, איר האט בשאט נפש געטרעטן אויף די תורה,
איר האט מחלל געווען שם שמים מסוף העולם עד סופו, דא האט איר אייער שטראף, כל המחלל שם שמים
בסתר נפרעין עמו בגלוי, זאל די גאנצע וועלט זעהן די עונשים וואס קומט פאר טשעפן א מרא דאתרא,

ישעי_געציל » 7/12/2009 21:36

קען איינער א טובה טוהן און ארויפלייגן דו קליפס אז מען זאל עס קענען זעהן פון JNET LEVEL 5 אדער קען מיר איינער זאגן וויאזוי מען עפנט די FLV FILE וואס איך האב דאנלאדעט פון פארוםטאב?

ארגינעלער » 7/12/2009 23:40

NYS, ס'קוקט טאקע אויס ווי ס'זענען געווען דארט טויזנטער, אבער דאס איז נאך אלץ א שפיי קעגן די טריליאנען מענטשן וואס גייען זיין היינט נאכט אין סטיינער'ס קאמפלעקס.

על_הגאולה » 8/12/2009 08:40

הערענדיג די וויי געשריי פון דעם הייליגער טשאטער קדוש'ל
דערמאנט מיר דאס א מורא'דיגע קשיא צו זיין טאכטער וואס זיצט אין קאורט שוין א לאנגע צייט, און געלאזט ארעסטירען דעם (געוועזענם) מאן, צו דאס אלעס איז אויכעט געווען מיט א היתר בית דין


אדער אפשר גאר היתר בית דין איז נאר געזאגט געווארען פאר יענעם און נישט פאר זיך

ביבער » 8/12/2009 17:22

און ר' יחזקאל גאלד האט געלאזט ארעסטירן אן קיין היתר בית דין א טייערן איד, הרב וויינגארטן, און אים איינגעזעצט אין תפיסה אויף פערציג יאר צוליב א בלבול פון זיין אפגעפארענע טאכטער.

די צביעות פון די בני יואל רבנים איז ממש אומגלויבליך.

קען איינער ביטע עפענען אן אשכול מיט א פונקטליכע ליסט פון די אלע בני יואל רבנים און זייער רילעשאנשיפ מיט מוסרים.

פארשטיי » 8/12/2009 17:52

דער הייליגער סעפטיק, אויף וואס מען האט זיך געשלאגען מיט אזא מס''נ, זיך געווארפען אונטער דעם פארעדיגען טראקטאר, מיט טלית און תפילין, האט מען שוין אריבער געפירט קיין חרדים? אדער עס געפינט זיך נאך אלס אונטער אוהל חי' רוזא???

די 3 באי כוחה'עס פון דער רעביצען אלטע פיגא ע''ה

 יעקל ברוך, זלמן לייב וואלדמאן, מאיר דייטש,

וואס זענען געגאנגען אונעם גויאישען קארט אן קיין רשות ב''ד, אלעס למען הרצון פון די הייליגע רעבעצין אז עס זאל זיין און איר שטוב א מקום תורה ותפילה, האבן שוין איבערגעגעבן די שליסליך פאר די ארגינעלע בעל בתים, קהל יטב ד'סאטמאר?  אז קהל זאל דעם געוועזענעם קרעשמע פארוואנדלען פאר א מקום תורה ותפילה כרצונה פונעם רעבעצין?

נאך א זאך דער מאסיווער אפיקורס, און מניוול מיילעך שטערן שר''י, האט געשריגען אז מיר וויעלן מאכען פארגעסען די פריערדיגע גדולי ישראל, און מיר לאכען אפ פון די פריערדיגע גדולי ישראל, עכ''ל עפ''ל:

וועמען האט דער רשע געמיינט,? דעם הייליגען מנחת יצחק זי''ע ובית דינו הרה''ק ר' משה ארי' זי''ע הרה''ק ר' בנימין ראבינאוויטש זי''ע הרה''ק ר' ישראל יעקב פישער זי''ע?? וואס האבן געאסערט די בני יואל? בשנת תשמ''ט לפ''ק? אריין גערעכענט די טרעפ פון די חרידים שוהל אויף וואס דער אפיקורס מיילעך שטערן שטייט בשעת'ן זאגען די דאזיגע ווערטער?


ווער לאכט אפ פון גדולי ישראל???? ווער רייסט אויס דעם הייליגען רבי'ן זי''ע? ווער? די וואס גייען אונעם טמנעם בג''ץ?

די דאזיגע וואס שטעלן אויף א ישיבה מיטן נאמען תורה ויראה דרבינו יואל מ'סאטמאר, און טרעטען דארט בריש גלי אויף יעדע איינציגע הוראה פון רבינו הקוה''ט זי''ע, וואו בחורים זאלן נישט גייען צו קיין חתונה'ס, אדער מען לערענט דארט דעם דרך הלימוד פון די ליטא, נישט דעם אלטען אויסגטרעטענעם דרך הלימוד פונעם הייליגען חתם סופר זי''ע ותלמידיו, וואו דער הייליגער רבי זי''ע האט אונז געלערענט?  און נאך און נאך?

די וואס לאכען אפ פון די הייליגע הוראה פון רבינו הקוה''ט זי''ע בנוגע שטיין זאלטץ?

די ווייסט אפשר ווער עס האט מייסד געווען דעם ''הייליגען ווילידש'' ? ניין? קיק אריין אונעם ספר פון דיין ביזעם פריינד, וואס כמעט אזא אפיקורס וואו דיר, רצון צדיק, וועסטו זען ווער עס האט מייסד געווען דעם ווילידש, דער ווילידש האט מייסד געווען רבינו הקוה''ט זי''ע בשנת תשל''ו, אלזא? ווער ביזטו די ראצער צו שרייען קעגען ווילידש, וואס שטעלט דיר צו ווייסער מיט סוער, מיט זיכערהייטס, מיט כשר פלייש, אמקום וואו דיינע שונרען און טעכטער זאלן זיך קענען אפרוען נאכן געבוירן א קינד,?

נאר ביים עירב וואס איז מוטל בספק וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט געהאלטען, דאן זינגט מען דער רבי זי''ע ניגון, פארוואס? ווייל מען שלאגען און פייניגען יודען, און אויסגעבן די מידות משחתות, דאן נעמט מען דען רבי'ן זי''ע פאר א שטעקען? היש לך אפלאכען פון רבינו הקוה''ט זי''ע גדול מזה ????

מר' אין לי קעניג, (מיילך שטערן) גיי דיר צירוק קיין נייטרא, און לאז אפ סאטמאר, הער אויף צו פארגיפטיגען און פארדארבען אונזערע קונדער און טעכטער, דיין פיסק איז חזיר טרייף, דיינע הענט זענען חזיר טרייף, די קאפ מיט דיין ווייסע בארד זענען חזיר טרייף, די ביזט א מין אן אפיקורס פון דעם ערשטען קלאס, ביזט מטמא בהבל פיך, כזב ומצורע,





תוקן על ידי פארשטיי ב- 08/12/2009 18:00:23