די באקסט א מעשה אין שרייבסט נאך א יעדער ווייסט אין מיט דעם דעם ווילסטי מיך אפ פרעגן, קיינעם האט נישט אינטרעסירט ווי די רעבעצין וועט ליגן, (אויסער משה גבאי) קיינער האט נישט אינטרעסירט ווי וויגדור וועט ליגן (אינטרעסאנט אז די ברענגסט דעם נאמען נאך וואס א ביטערע מפלה ער האט גיהאט בברכתו של הבעל ברך משה זי''ע, והדברים ידיעים). אין איך וועל דיר אוסזאגן א סוד, רבי ישראל חיים מנשה לאחר מאה ועשרים וועט אויך ליגן ביי אינז אוף א בכבודיג פלאץ, נישט אין פאלאקס לאט מאחורי הגדר,
ניין, קיינער גידענקט נישט דיינע פאנטאזיעס, נאר יעדער גידענקט ווי שאול פערלשטיין האט זיך אוף גישטעלט אין געשריגן אז אלעס איז באם אלטן, אינז זעמער בעל הבית אינעם בית החיים, דאס גידענקט יעדער, יעדער גידענקט ווי עטץ האטץ פארשפראכן אז מיר וועלן זיך נישט קענען ריפן קהל יטב לב, אין וואס איז מיט דעם גיווארן? מפלה אחר מפלה, יעדער גידענקט די הבטחה אז ביז דריי חדשים פליט ער פין קרית יואל קיין איסט פלעטבוש, אין וואס איז מיט דעם געווארן? שטאטס פלעטבוש איז ער היינט דער רבן של כל בני הגולה, יעדער גידענקט די הבטחה אז מע גייט עם מאכן פאר א שראליקל, אין וואס איז פין דעם גיווארן?, שטאטס א שראליקל איז דער רבן של ישראל, אלע אייערע פרעדיקשנס ער וועט אין ער גייט איז ווערט א קליפת השום, היינט ציטאג איז דער רבי שליט''א דער גרעסטער רבי אוף די וועלט,
יא, ווען רבנים קימען קיין וויליאמסבורג אין גייען נישט באזיכן דעם בן השני, דאס איז אייער ווייטאג, (סקווער, תולדות אברהם יתחק, סערדעהעלי וכו') ווען א רבי קימט פין יוראפ אין טראץ דעם פרעשער ער זאל גיין באזיכן דעם בן השני, זאגט ער אז קודם וויל ער באזיכן דעם סאטמארן רבי'ן אין דערנאך וועט ער גיין צי זיין קליינעם ברידער, ער ווארט עטליכע טעג אוף רבינו שליט''א אין ערשט שפעטער גייט ער אוף אפאר מינוט צים בין השני, אין דאס איז אין וויליאמסבורג באתרי דמר. יא איך פארשטיי ענקער ווייטאג אין ציבראכנקייט, אז סאיז מקויים געווארן דער וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ,