מען פארציילט אויפן צאנז'ער רב אז ער האט אמאל ווען ער האט גערעדט צו א פשוטער איד האט ער זיך אויסגעדריקט אויף יענעם "צדיקל", דער פשוטער איד איז תיכף אויפגעשפרינגען און רופט זיך אן צום צאנזער רב, "איך האב א טאכטער און דער רב האט א זין, אויב דער רב רופט מיר צדיק קענען מיר זיך משדך זיין", צאנזער רב האט אים תיכף גענטפערט "די זאלסט זיך משדך זיין מיט אזעלכע צדיקים ווי דיר און איך וועל זיך משדך זיין מיט אזעלכע צדיקים ווי איך"...
איך ווי דא מלקט זיין קצת מהוד רום גדולותו פון ר' משה פרידעמאן משב"ק. פארוואס באטיטל איך אים מיט "הוד רום גדולותו"? ווייל ווי באקאנט איז דאך הגה"ק דער רשכעבעהאג וכו', און ווען מיר קוקן זיך צו צו די נאנט זען מיר אז די צוויי צדיקים ר' משה מיט ר' אהרן פירן זיך אויף די זעלבע נישט לויט די כללים וואס מיר האבן פריער דערמאנט.
איך גיי נישט אויסרעכענען אלע ענדליכקייטן, (מנהל ביטע העלף האלטן סדר), נאר די זאכן אויף וואס עס איז דא "הוכחות ברורות" ווי למשל פיקטשער'ס.
איך הייב אן און איך בעט דעם עולם זאל העלפן.
1) ביידע סאטמארע פארטייען האבן געגעבן אינטערוויוס פאר ציוניסטישע\חרדישע צייטונגען מצד מהרז"ל האט ר' משה גבאי געגעבן צוויי מאל און פון די צווייטע זייט האט ר' אהרן געגעבן. (ווער עס האט די דעקלעך פון די משפחה זאל דאס ביטע פאוסטן אדער זיך מעלדן צו מיר אין אישי).
2) דער מעיאר פון בני ברק "יעקב אשר" געפינט זיך אין ניו יארק און ווערט אויפגענומען דורך ביידע צדדים אים סאטמאר, מצד מהרז"ל דורך ר' משה גבאי און פון די צווייטע צד דורך ר' אהרן.
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
עוד חזון למועד
תוקן על ידי חיי_שעה ב- 03/12/2009 18:25:16