היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אנ"ש הכונו! סעודת הודאה לרגל נעילת ביהמ"ד בית יואל

אנ"ש הכונו! סעודת הודאה לרגל נעילת ביהמ"ד בית יואל

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2727294

סעננדר » 2/12/2009 22:19

 

מיט גרויס פרייד גרייט מען זיך אנשי שלומינו תלמידי רבינו שליט"א צום געהויבענען מעמד שמחת נעילת בית מדרש וואס וועט אי"ה געפייערט ווערן אין די נאנטע טעג אין א גרויסן שאטער, לרגל וואס נאך גרויס מיה און שווערע האראוואניע פון יארן הייבט מען ענדליך אן צו זען די פירות, מען זעט בחוש אז זכות אבותי מסעייתו מ'האט זוכה געווען מ'גייט ארויפלייגן שלעסער אויפן ביהמ"ד און עוקר זיין פון דארט דריי הונדערט מתפללים ברוך שהחיינו וקימנו לזמן הזה.

סדר המעמד:

די מסיבה גייט זיך אנהייבן, דוד עקשטיין גייט מאכן א סורפרייז ער גייט די ערשטע מאל רופן דעם מיסטעריען רב המכשיר זאל אויפטרעטן מיט א השתלתלות איבער אלע התירים ובפרט די לעצטערע מסירות , אבער פארשטייט זיך אויס מורא פאר טעראר גייט ער אריינקומען מיט א שווארצע מאסק אויפן געזיכט.

דערנאך וועט עקיבא וויינשטאק אויפטרעטן מיט א טיפן פילפול איבער די סוגיא פון נעילת בתי כנסיות ובתי מדרשות, בתוך דבריו וועט ער שטארק מוחה זיין אויף די פירצה צו טאנצן אין איין רינג מיט יוסל וואלדמאן אינדער צייט וואס מ'קען ענדערש טאנצן הקפות אינאיינעם מיט שחורים אין ביהמ"ד.

דערנאך וועט דער סבלן הנורא האלטן א פייערדיגע דרשה וואס וועט זיין אויך אויף הוקאפ, מתוך עניוותו גייט ער זיך אויפטון, ברוך השם מ'האט זוכה געווען צו נאך א מדריגה וואס אונזערע רבי'ס האבן זיך נישט געפירט...  

צום שלוס וועט זיך דער עולם ארויסלאזן אין א פייערדיגן חסדי השם כי לא תמנו אינאיינעם מיט די שחורים פון שמיני עצרת וואס וועלן זיך ספיציעל משתתף זיין און באשיינען דעם אויבן אן.
 
מער פרטים וועלן נאכפאלגן

ווער_איז » 2/12/2009 22:27

[בילד – נישט אפגעהיט]

רבינחום » 2/12/2009 22:34

מיינס ערנסט אז עס ווערט באמת פארשפארט?

סקאטמאלען » 2/12/2009 22:39

פלוצלינג האט דער קליינער בית יואל שולעכל מיט איר 50 מתפללים באקומען אזויפיל פארזארגערס, די גאנצע זאלויני חסידות זענען דא געווארן מחותנים, די זאלוניס האבן דא גארנישט איינגעשטויסן, זיי זענען נישט קיין צד, זיי האבן זיכער קיין שום חלום צו באקומען עפעס א בעלות אויפן שול.

מיינד יור אוען ביזנעס.