היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מי כעמך ישראל: נעכטן ביים הצלת נפשות בליט דרייוו אין וומ''ס

מי כעמך ישראל: נעכטן ביים הצלת נפשות בליט דרייוו אין וומ''ס

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2726376

rebyankel » 1/12/2009 00:59

א חוץ דאס יודיש הארץ איז נישטו נאך עפעס וואס האט געקענט שלעפן אזא ריזיגער ציבור נעכטן נאכט צו די הצלה גאראזש אין וומ''ס צו די הצלת נפשות מארעך בלוט דרייוו
די גאנצע גאראזש (אין די גרויסקייט פין לכה''פ 6 טראקס, ברייט געפארקט) איז געווען אויסגעלייגט מיט אסאך טישען ווען ארום יעדע טיש זענען געזיצען איבער 20 מענטשן, אין אויסגעפילט אפליקעישאן אין זיך געלזאט טעסטן מיט א ספעציעלע קיו טיפ אריינגעשטעקט אין די מויל פאר עטליכע סקונדעס, יעדע מענטש האט גענומען בערך 60 סקונדעס.
אין עס האט זיך געשלענגלט א לאנגע רייע ביז אין די גאס.

די וואלענטורן פין הצלה אין אנדערע לאקאלע חסד ארגענעזאציעס האבען אנגעפירט א גיט ארגענזירטע סדר, אריין אין ארויס.
עס האבען זיך דארט דורכגעדרייט א זעלטענער ריזיגער ציבור

אשריכם ישראל

rebyankel » 1/12/2009 01:08

איין גרופע אין וומ''ס האט עס יא אביסל בוקאטירט ציליב..... אבער פארשטייט זיך ס'האט זיך אפי' נישט אנגעזעזהן

rebyankel » 1/12/2009 01:13

איינער שיקט מיר א בילד אין אישי

אבער דאס איז לכאורה געווען פאר 9 אזייגער, ווייל ווי געשריבען נאך 9 אזייגער איז געווען לאגנע ליינס צו ווארטן אויף א ליידיגע בענקל

 

[בילד – נישט אפגעהיט]
מ'זעהט דא שר העסקנים הרה''ח ר' ארי' לייב גלאנץ, פין די ארגענזירער פין דעם פראיעקט



תוקן על ידי rebyankel ב- 01/12/2009 01:10:25

rebyankel » 9/12/2009 02:30