(איך לייג דאס דא ווייל איך האב מורא אז אין כל העולם וועט דאס נעלם ווערן אזוי ווי מיין אנדערע אשכול)
דער מסור שווימער וואס האט געלאזט ארעסטירן זיין אייגענע פעטער אלס תאוות הנקמה ונצחון איז נעכטן ארעסטירט געווארן וגופא דעובדא הכי הוה:
שבת צופרי האט א אייניקל פון ר' נפתלי שלעזינגער אנגעטראפן דעם מסור שווימער אויף די גאס און אזוי ווי עס פאדערט זיך האט ער מוחה געווען און געשריגן צו שווימער "מסור", דער מסור שווימער וועלכע האט זיך שוין אויך מצליח געווען באקאנט צו מאכן אלס א גבר עלים האט נישט געטראכט קיין צווי און האט אראפגעלאזט פאר דעם בחור געזינטע מכות, דער בחור פארשטייט זיך איז אריין אין א היסטעריע און איז געווארן פארלוירן, דער מסור האט גענדיגט אויסגעבן זיין יצר האט דער בחור אנגעהויבן זיכן זיינע ברילן, אבער דערביי איז צוגעקומען א אנוועזענדער און האט איינגעמאלדן פארן בחור אז עס איז א שאד די ארבעט ווייל דער מסור האט געלייגט די גלעזער אין טאש אריין! און אוועק שפאצירט... דער בחור האט מחליט געווען נישט נאכצולויפן דעם מסור נאר איז געגאנגען ווייטער.
מוצאי שבת איז דער בחור אריבער צום מסור אהיים געפאדערט זיינע גלעזער אבער דא האט אפגעווארט פארן בחור א סורפרייז, דער מסור האט אים געלאזט הערן אז אויב ער טראגט זיך נישט תיכף אפ וועט ער אים געבן פרישע מכות, דער בחור האט זיך גאנץ ווייניג דערשראקן און אנגעהויבן שרייען, לכבוד די קולות זענען עטליכע שכנים געקומען צולויפן, האט שוין דער מסור מורא געהאט צו הייבן הענט און ער האט פארקנאקט די טיר. האט דער בחור געקלינגען די בעל נאכמאלן, הפעם איז ארויסגעקומען די מרשעת (געוויסע זאגן אז זי איז די וואס האט אנגעדרייט די גאנצע מסירה) און געמאלדן פארן בחור איז אויב ער טראגט זיך נישט תיכף אפ וועט זי רופן פאליציי האט ער גענטפערט מיט א זיכערהייט רוף געזינטער הייט, איך וועל אוועק גיין פון דא נאר מיט מיינע גלעזער...
זי האט טאקע גערופן די פאליציי און ווען פאליציי איז אנגעקומען איז דער שגץ שווימער ארויסגעקומען, פאליציי איז תיכף צוגעגאנגען צו דעם מסור און אים געהייסן לייגן די הענט אין בעק...! און ... זיי האבן געטראפן ביי אים די ברילן!
זיי האבן תיכף אפגעפירט דעם מסור אין סענטרל בוקינג