היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ר' אהרן מאכט פורים פון ר' ישראל

ר' אהרן מאכט פורים פון ר' ישראל

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2725762

נפל » 29/11/2009 21:00

מיין שוואגער א וויזיניצער חסיד האט מיטגעהאלטן דעם שבת די שבע ברכות ביי א אייניקל פון ר' ישראל און ער פארציילט מיר:

היות ר' חיים הערש מייזיליש איז א איינגעשטעלטער ביי ר' אהרן האט ער אוועק געגעבן די חתונה מיט שבת שבע ברכות פאר זיין פעטער ר' אהרן ווי איידער פאר זיין שווער ר' ישראל, במשך די גאנצע חתונה האט זיך ר' אהרן אויפגעפירט ווי "דער זיידע" אפילו ער איז נאר א פעטער און ר' ישראל דער זיידע וועלכער איז מלומד אין ליידן און שווייגן האט טאקע געשוויגן און געשטאנען אין א זייט.

פרייטאג צונאכטס איז געווען אפגעשמוסט אז די בענטשן וועט פארקומען אין ביהמ"ד 53 ווי ר' אהרן האט געפירט טיש (ר' ישראל האט געפירט אין אולם אנשי ספרד), מען האט אפגעשמועסט אז מען וועט בענטשן 11:00 און ר' ישראל דער זיידע וועט אריבער קומען צום בענטשן.

ר' אהרן האט גענדיגט די טיש 10:45 און האט געוואלט בענטשן האט די גבאי פישער אים געזאגט אז מען דארף ווארטן אויף ר' ישראל וועלכע קומט אין נאך 15 מינוט, ר' אהרן האט זיך איינגע'עקשנ'ט צו בענטשן שוין! וכך הוה דער פעטער האט געבענט'שט און אפגעראכטן שבע ברכות און דער זיידע ר' ישראל איז אנגעקומען נאכן בענטשן! ער האט אריינשפאצירט אין ביה"ד האט מען שוין געהאט אפגעבענטש'ט. ר' ישראל האט געבענטשט אינדערהיים ביי זיין אכסני'. די סאטמארע חסידים האבן נישט נישט געוויסט ווי אהין צו טון פון בושה

פאראלעל » 29/11/2009 21:05

נאך אלץ שענער ווי די טענשערניס וואס שמואל קאמפאט האט געווארפן ביי די רב'ס חתונה.

nys10952 » 29/11/2009 21:12

פאראלעל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נאך אלץ שענער ווי די טענשערניס וואס שמואל קאמפאט האט געווארפן ביי די רב'ס חתונה.


?

פאראלעל » 29/11/2009 21:16

אין נאסאו קאלעסיום

אין בדרך אגב ר' ישראל איז אנגעקומען 11:45 צים טיש

נפל » 29/11/2009 21:39

יא פאראלעל, מיין שוואגער פארציילט מיר אז ר' ישראל מיט זיינע הערליכע מדות איז געקומען צו ר' אהרן פריער ווי אפגעשמועסט וועלענדיג געבן כבוד פאר ר' אהרן און אפילו ער איז אנגעקומען פירער ווי ערווארטעט האט מען נישט געווארט אויף אים מיטן בענטשן.

אויף א רבי פרעגט מען נישט קיין קשיות אבער ווען עס זאל זיך נישט האנדלען ווען א רבי בפרט אזוי גרויס ווי ר' אהרןר וואלט איך געזאגט אז דאס איז חוצפה מיט גאווה צוזאמען.

UTA » 29/11/2009 21:40

Just for the Record: Benching was 11:20! One of R' Chaim Hersh's kids were sent over to Srulcha to let him know that Bentching will be 11:00 sharp but the Viznitz people didn't care!

נפל » 29/11/2009 21:42

מיין שוואגער האט מיר פארציילט אז א וויזניצער אינגערמאן האט געזאגט פאר פישער אפאר מינוט פארן בענטשן אז ר' ישראל איז שוין אינטערוועגנס און לפי החשבון וועט ער זיין דא ביז 4-5 מינוט אבער פישער האט גענטפערט אז די רבי וויל שוין בענטשן.

nys10952 » 29/11/2009 21:51

איז עס בכלל אמת אדער איז עס נאר ספין

נפל » 29/11/2009 21:54

UTA מיין שוואגער איז א וויזינצער און ער זאגט מיר אז די וויזניצע זענען פעסט פארווייטאגט פארקויף מיר נישט אז וויזניץ Didnt care

rebyankel » 29/11/2009 23:53

מיין וויזניצע שוואגער זאגט מיר אז ר' ישראל האט קלאר געזאגט מ'זאל נישט ווארטן אויף אים
אין עפעס א נפל פין פאללאקס לאט איז זייער אנגווייטוגט אויף די גאנצע חתונה אין פראבירט צו רעדן צו זיין וויזניצע שוואגער וועלכע האט גערעדט מיט די גבאי פין מהר''א אין ער האט געזאגט ניין, כ'וויל נישט ווארטען.

איין זאך איז זיכער, נפל, קען נישט ר' ישראל מ'וויזניץ אין אוודאי נישט זיין מהות.

NOYOUCANT » 30/11/2009 00:09

אזוי ווי איך האב נישט קיין וויזניצע שוואגער, בין איך אביסל אויף צרות. אבער אזוי סאך ווייס איך, אז מ'האט געשיקט העסקן יואל פ. אז ער זאל גיין רופען הרה"ג ר' ישראל שליט"א

ארגינעלער » 30/11/2009 00:39

מיין וויזניצער שוואגער האט מיר געזאגט אז נפל'ס וויזניצער שוואגער האט א שוואגער א נפל.

NOYOUCANT » 30/11/2009 00:42

ארגינעלער!

SatmarBum » 30/11/2009 00:45

מיין "וויזניצער שוואגער" האט מיר פארציילט אז ווען שראלטשע איז אריין געקומען האט הגה"ק זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון עם כאילו ער איז נישט אפילו אריין געקומען אין עם נישט געגעבען די האנט...
אפילו ער איז די פעטער אין שראלטשע איז די זיידע... האט ער געוויזען: "אזוי וויל איך אין אזוי וועט זיין"...

לעקסינגטאן » 30/11/2009 00:51

דאס איז אן אמת'ע מעשה וואס האט פאסירט מיט מיין שוואגער מיט אפאר חדשים צוריק: מען האט אים אנגעטראגן א שידוך פון וויזניץ בני ברק און דער טאטע האט נישט געוואלט הערן פונעם שידוך נאר אויב ר' ישראל גיט דעם אקעי. ווען ער איז אריינגעקומען צו ר' ישראל האט אים ר' ישראל געפרעגט די ערשטע שאלה, "ביסטו פון מיין שוואגער'ס מענטשן?"

ווען ער האט געענטפערט, "יא" האט ר' ישראל געזאגט, "איך וועל פרעגן מיין שוואגער אויב דו ביסט פון זיינע מענטשן און אויב ער קען דיך. אויב יא וועט מען קענען גיין ווייטער מיט'ן שידוך".

דאס איז ווי שטארק ער האט פיינט דעם סאטמארן שוואגער.

נאטראל » 30/11/2009 00:56

איך בין געווען ביי ר ישראל טיש 11אזייגער מען האט נאכנישט געטראכט פין ענדיגען. אפילו איך האב שוין געווסט פאר שבת אז מען האט אפגעשמועסט אז מען גייט בענטשען 11 אגב איך האב געהערט פין א נאנטע מקור אז סאטמאר רבי האט געוואלט ווארטן אבער ר' חיים הערש האט נישט געלאזט

בלומבערג » 30/11/2009 01:56

הרב ר' ישראל אליין האט מקדיש גיווען דעם שבת פאר ר' חיים משה פעלדמאן און ר' ישראל איז נישט געגאנגען דאווענען קיין וויזניץ אלעס לכבודו חיים משה און יענקעל פעלדמאן אויך די סעודות במשך השבת איז פעלדמאן פאר זיין אייניקעל און מסתמא האט ער גיווארט דארטן אויף בענטשען און פעלדמאן האט געווסט אז ער דארף גיין האט ער גישלעפט ווייל ער האט גיוואלד מכבד זיין מחותן מיט בענטשען כנהוג אבער בענטשען ביי פעלדמאן איז וויכטיגער ווי ביי אן אייניקעל

רבי_יונה » 30/11/2009 02:05

און יעצט זאג נאכמאל מיין שוואגער שוואגערס, שוואגער, האט  געהערט פון מיין שוואגערס שוויגער שוואגער, אז מיין שוואגער שוואגערס שוואגער...

וואלןסח » 30/11/2009 03:30

מזל טוב

דער עולם האט דא באקומען וויזניצער שוואגערס אז ס'גייט א נחת.

איך פארשטיי נישט איין זאך "נפל", פארוואס האט דיין טאטע אדער שווער זיך געמעגט משדך זיין מיט וויזניץ און דער ברך משה נישט? (אגב ווער ס'ווייסט האבן זיך 75 פראצענט פון בני יואל שוין משדך געווען מיט וויזניץ מאנסי)

ווידער א קשיא, לשיטת הזאלונים בני יואל איז דאך וויזניץ חזיר טרייף, דא אין אנדערע אשכול ווערט ארויסגעברענגט זייער דעת תורא אז מען דארף מוחה זיין אפילו קעגן א פריוואטן יחיד אויך, איז מה כל הרעש, דער רבי האט איגנארירט זיין שוואגער (לשיטתכם) ווייל ער גייט צו די בחירות וכו' וכו'.

ס'קאסט א לאך צו זען ווי "סאטמאר באום" דער באקלאגט זיך אז ווען ר ישראל איז אריינגעקומען האט אים דער רבי נישט געגעבן די הענט, אפשר זאגסטו מיר ווי קומט דא אריין הענט געבן, ס'איז עפעס היום באתי מען דארף אים שלום געבן.

און וואס הייסט ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, אז ער האט אים מכבד געווען מיט קה רבון עלם מיינט זיך נישט וויסנדיג געמאכט.

נאר וואס, מען קייט דא וואסער על לא דבר

SatmarBum » 28/12/2009 23:29

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יא פאראלעל, מיין שוואגער פארציילט מיר אז.....


"נפל" וואס זאגט דיין סקווירא "שוואגער" צי די מהומות אין פראטעסטין אין סקווירא?? יעצט זאגט ער עפעס גארנישט? ער איז שטיל....

נפל » 28/12/2009 23:52

ער זאגט יא, נאר איך ווייס נישט ווי דאס קומט אריין דא

SatmarBum » 29/12/2009 00:29

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ער זאגט יא, נאר איך ווייס נישט ווי דאס קומט אריין דא


נו איז אפשר געב אונז א באריכט (אויף סקווירא אשכול) פון דיין שוואגער וואס די אמת גייט דארט פאר אין סקווער?