היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעקינג: געבראטענע צרות מיט בית פאלאק

ברעקינג: געבראטענע צרות מיט בית פאלאק

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2725758

רבי_יונה » 29/11/2009 20:50

די זאליס זענען צופליקט אויף שטיקער, צוהרגט און צושלאגען, חושך ואפילה, איבער פאלאקס בית החיים.

איצט אין די מינוטען קומט די נייעס אז עס האט אויסגעבראכן א פייער ביי איינע פון די הייזער אויף פאלאקס בית החיים, דארט ווי עס ליגן די מאנגאס.

דאס איז ביי די הויז פון רייכמאן, וואס איז אמאל געווען די דירה פון ר' יוסף לייב קאהן, ווי עס קוקט אויס האבן עס די זאליס אונטער געצינדען אז דער רייכמאן זאל ארויסמופן פון דארט.

די לעצטע פאר וואכן איז חושך ואפילה ביי די זאליס איבער פאלאקס בית החיים.

די זאליס זענען אויף געשטאנען פונעם ביטערען חלום, נאך 4 חדשים וואס זיי האבן געסיינט קאנטראקט איבער פאלאק בית החיים, און זיי דערזעהן זיך אין א ביטער פעקל, קיין נארמאלער מענטש וויל קיינער נישט אהין לייגן, אויסער מאנגאס, קינדער, אלטע מיידלעך, וכו', עס איז זיי ביטער ווי א זית, די לאטס אליין האט זיי אפגעקאסט צו קויפן איבער 5 מיליאן דאלער!!!  און זיי דארפן אריין לייגן כאטשיג נאך 1 מיליאן דאלער עס אהער צו שטעלן ווי א בית החיים.

און זייער עולם האלט נישט ביים געלט געבן, פאריגע וואך האט ישעי קרויס אויפגעבען צו זיין דער קלאקטער, נאכדעם וואס ער האט געזעהן אז נאכן פאמפען און פאמפען, געבאקענע דרשות פון די בעקערס עזריאל גליק, לבן פערלשטיין, פייפן זיך די זאליס אויס און האלטן נישט ביים געבן קיין פעני דערפאר, יעדער מיט אן אנדערע תירוץ.

איינער זאגט, 1) איך האלט סיי ווי נישט ביים ליגן דארט, ווייל איך בין א נארמאלער מענטש 2) איך האב נישט קיין מאנגא 3) איך ווייס נישט וואס עס וועט זיין און 10 יאר ארום ווען יעקב בער און חיים הערש גייען זיך הרגענען ווער עס וועט האבן פאלאקס בית החיים 4) די אהרונים קומען אויס אסאך ביליגער 5) איך קען ליגן אין בני יואל לעבן לייטנער 6) גייט צו דין תורה און פארטיג 7) פערלשטיין שרייבט אז ער גייט לייגן יעדן אומזינסט טא וועל איך דאך ממילא ליגן, וואס איז דאס בעטן געלט 8) אז רז"ל האט א פראבלעם צו שרייבן שטרי בירורין זאל ער באצאלן 9) איך גלייב נישט פערלשטיין א ווארט, ער האט אונז צוגעזאגט אז די אלטע בית החיים האבן מיר 10) און די קליגע זאגן נאך בעסער... מען גייט דאך צוריק האבן די אלטע בית החיים... מארגן.. באלד... פריער... שפעטער... אלעס בלייבט ביים אלטן...

די סך הכל איז, די זאליס האבן נישט קיין געלט געמאכט, נאך אלע פאמפען האבן זיי נישט צוזאאם געקראצט קיין 100 טויזנט דאלער!!!

פאריגע וואך איז אריין אברהם בער יאקאבוויטש יו"ר פון פאלאקס בית החיים צו רז"ל, און ער האט געזאגט אז אזוי ווי ער זעהט אז דער עולם געט נישט קיין פעני, און פון די אנדערע זייט האלט דער עולם נישט ביים לייגן נפטרים דארט, גיט ער אויף. און פון היינט און ווייטער האט ער מער גארנישט מיט פאלאקס בית החיים, און ער דארף צוריק די האלב מיליאן דאלער דיפאזיט וואס ער האט שוין איין געשטעקט דארט. אברהם בער האט ביטערליך פארפירט, אז ווי ער איז נאר געגאנגען נאך געלט אפילו ביי די גרעסטע זאלי עשירים, און ווער רעדט נאך ביי פרעמדע, האט אים יעדער אויסגעלאכט און אים גארנישט געגבען.

רז"ל האט אנגעהויבען זיך צו בעטן צו אים מיט טרערן אין די אויגען, ער האט אים מסביר געווען אז ער וועט זיך שעמען ארויס צו גיין אויף די גאס פאר בושה, אברהם בער האט אים געזאגט אז עס אינטערסירט אים נישט, אים איז גוט צו ליגן לעבן זיין רבי לייטנער, אז רז"ל האט א פראבלעם ווי צו ליגן זאלט איר צוזאם שטעלן די געלט, אבער איך בין פארטיג דערמיט. רז"ל האט זיך געבעטען צו אים ווי צו א גזלן, אברהם בער האט אים געזאגט דאס איז עס, גענוג איז גענוג, איך בין נישט אייער בהמה, יעדער האט זיך אפ געלאזט און קיינער העלפט מיר נישט, מען האט געמאכט דעם חשבון אז עס וועט ליגן אויף מיין קאפ אזוי וועל איך זיין דער אייזל און באצאלען די 5 מיליאן דאלער פון מיין טאש, איך האלט נישט דערביי.
 
ער האט איבער געלאזט רז"ל מיט פאלאק לאט אפען קאפ.

פון די אנדערע זייט האבן די זאליס געבראטענע צרות, די מוכרים פאלאק, רייכמאן, וואלהענדער, האבן זיך פאריגע וואך צוזאם גענומען און סטראשנען די זאליס, אז טאמער זיי קלאזן נישט ביז אפאר וואכן גייען זיי מער נישט לאזן לייגן קיין נפטרים דארט, ווילאנג זיי גייען נישט קלאזן.

די מוכרים ווייסן אז איצט האבן זיי די זאליס אין די האנט, ווייל זיי האבן שוין דארט אפאר משכונות, טוען זיי מיט די זאליס וואס זיי ווילן, און טרייבן ארויף די פרייז.

די זאליס האבן געמיינט אז זיי וועלן אריין ריקען דארט אפאר מתים, און דערנאך וועלן זיי גיין צו די מוכרים און זיי זאגן, אז זיי מיזן אראפ לאזן די פרייז אז נישט ציען זיי צוריק פון די מכירה, און די מוכרים וועלן נישט האבן קיין ברירה ווייל וואס טוט מען דא מיט די מאנגאס וואס ליגן שוין דא. אבער די מוכרים האבן געטאן דאס פארקערטע און זיי זאגן איצט האבן מיר שוין אפאר משכונות, קומט עטץ מיט די געלט איז גוט ואם לאו לאזן מיר מער נישט באגראבן.

איצט איז חושך ואפילה ביי די זאליס, עס הערשט א שטיק בית החיים דארט, און זעהן זיך נישט ארויס פון די ביטערן פאלאק פלאנטער.

פאראלעל » 29/11/2009 21:07

איך הער אז מהרז"ל האט נישט געוואלט גיין צי ר' חיים ארי' בראווער'ס ווייב לווי'
ווייל די קינדער האבן איר נישט געוואלט דאמפן צווישן די מאנגאלן ביי פאללאק'ס.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 29/11/2009 23:43:20

ארגינעלער » 29/11/2009 21:51

אלעס בלליבט ביים אלטען
כפי עידתו משאול פערלשטיין .

נפל » 29/11/2009 22:24

שוין א אלטע מהלך איך גלייב נישט אז עס וועט ארבעטן...
באמת ווייס איך נישט וואס דארט איז געווען און וואס דארט קומט פאר אבער פון מיין עקספיריענטס אין הייד פארק זע איך אזא בילד:

בחורים האבן אינטערגעצינדען די הויז וואס געפינט זיך הארט נעבן די ישיבה, נישט וועלענדיג די גאס זאל הערן וואס עס האט פאסירט קומט  יונה און פארציילט א באבקע מיט די זאליס...

SatmarBum » 29/11/2009 22:28

עס איז דא חילוקי דיעות ווער עס האט עס אינטער געצינדען.... ארונים? זאלונים?

SatmarNews Fire departments are on scene at the beis hachaim in Kiryas Yoel for a fire at house of old owner, suspected arson by KJ university bums

--

AnashUpdates Fire departments are on scene at pollack's lot 4 a fire at house of old owner, suspected arson by zalis to collect insurance bec no money

nys10952 » 29/11/2009 23:14

האט איינער בילדער פין דע פייער

לעקסינגטאן » 29/11/2009 23:16

דאס איז נאר דער אנהויב. יעצט גייען איינגעשוואוירן ווערן די אנטי-גראוט דעמאקראטן אין טאון האל. יעצט פאנגען זיך ערשט אן די צרות פאר די זאליס. די דעמאקראטן וועלן זיי שינדן די הויט לעבעדיגערהייט. זיי וועלן זיך וואונטשן אז זייער אלטער פריינד דאני וויקס זאל צוריקקומען צו די טאון באורד און זיי ווייטער העלפן אזוי ווי ביז יעצט.

אבער צוריק גייט א קאזע.

רבי_יונה » 1/12/2009 23:23

די זאליס האבן נאך גרויסע צרות מיט די טאון איבער טוישן די זאנינג, ביי פאלאקס בית החיים.

איך מיין זיי זאלן טאן וואס זייערע חבירים מסרבים לדין די בני יואל טוען...

שיקן א בריוו צו אבאמא...


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 01/12/2009 23:17:10

בלומבערג » 1/12/2009 23:41

גוט פון צייט צו צייט צו כאפן א בליק דערויף...

א בחינה פון יזכיר לו יום המיתה 

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי בלומבערג ב- 01/12/2009 23:35:58

rebyankel » 1/12/2009 23:54

דאס איז פאללאקס הויז?

רבי_יונה » 1/12/2009 23:54

מען דארף דארט א טאוועל הענגן

ככה יעשה לאיש השייכים לכת המוסרים ומסרבים לדין

פארשטיי » 1/12/2009 23:55

דאס איז א בילד פון די טהרה שטיבעל? וואס דארף מען האבן אזא גרויסע טהרה שטובעל? אפשר איז דאס דער אוהל פאר ר' זלמניו ובנו ומ''מ ר' יעקב בערניו?

רבי_יונה » 18/2/2010 20:18

ברעקינג!!!

אברהם בער יאקאבאוויטש איז שרעקליך ציווילדערוועט די טעג, נאכדעם וואס פאלאק מיט די אנדערע 2 מוכרים, האבן געמאלדן די וואך זינטאג אז אזוי ווי מען שלעפט ארום די קאלזינג און מען קומט נישט אויף מיט די געלט פון 5 מיליאן דאלער.

גיבן זיי צייט נאר ביז 1 ר"ח ניסן, און טאמער מען קומט נישט אויף מיט די איבריגע געלט, גייען זיי האלטן די דיפאזיט פון 1 מיליאן דאלער, וואס א האלב מיליאן איז פון אברהם בער טאש, און גייען מער נישט לאזן באגראבען, און אויסגראבען די מאנגאס מיט די אלטע מיידלעך.

אברהם בער דרייט זיך ארום ער שעלט טויטע קללות די זאליס, וואס קיינער העלפט אים נישט, און גיט נישט קיין פעני פאר די מאנגא מסרבים לדין בית החיים, און קען נישט צוריק זעהן זיין האלב מיליאן דאלער, כאטשיג די זאליס האבן אים שוין צוגעזאגט אסאך מאל אז מען גייט אים עס שוין צוריק געבן, מאכן זיי אים משוגע און פירן אים ארום ווי א קינד.

נעכטען האט ער מיאוס באוואשען יודא אליזער יאקאבאוויטש, און ער האט אים באשולדיגט אז צוליב וואס ער האט גענומען אלע מאנגאס און אלטע מיידלעך פון די שטאט וויל קיינער נישט ליגן מער דארט.

יודא אליעזר האט אים פרובירט מסביר צו זיין אז נישט וועגן די מאנגאס און די אלטע מיידלעך וויל מען נישט ליגן דארט, נאר וועגן עס הייסט א מסרבים לדין ביה"ח, ווייל די גאנצע זאך איז געמאכט כדי מען זאל זיך נישט דארפן שטעלן צו דין תורה.

צום סוף זענען זיי אויפגעקומען מיט א מורא'דיגער פלאן אז מען גייט מאכן א קהל'ס צעטיל אז די אלע וואס קויפן קרקע אדער ווערן באגראבען אין ביה"ח דקהל יטב לב זענען גנבים און גזלנים... און זיי זענען זיי קיינמאל נישט מוחל... און זייי אסר'ן צו גיין ליגן דארט...

די וואך אין דער איד האבן זיי אריין געלייגט די ווילדע נערישע מודעה.
 
אזוי אויך נאך פילע אנדערע ווילדע מודעות אז די זאליס זאל שוין זיך נעמען גיסן געלט פאר פאלאקס מאנגאס.

אויך אז ז' אדר גייען זיי מאכן א דרשה אין ראדני איבער פאלאקס, ווי זיי גייען אויפשטעלען די קינדערגארטען מלמד ר' ישעי' ווייס וואס וועט מסביר זיין די הייליגקייט פון פאלאקס, און די איסור אפען ביה"ח דקהל יטב לב.

נפל » 18/2/2010 20:22

יונה, דעם ווילדען אויסברוך פון אברהם בער יאקאבאוויטש האסטו שוין באשריבן דא אויך כל העולם פאר בערך 3 חדשים צוריק. זעט אויס די האסט א שוואכע זכרון...

לאפלאש » 19/2/2010 02:05

א געבראטענע ברעקינג פון אונזער בעקער יונה
לייג איבער דעם דאקומענט א נארמאלע סייז. ס'מאכט חרוב דעם פעידזש - די מנהלים


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/02/2010 03:46:21

SatmarBum » 19/2/2010 05:31

וואס איז געשעהן מיט הילד אלטמאן וואס איז טראגיש אימגעקומען אין באס עקסידענט!
פארוואס האט מען עם נישט אריין געלאזט אין בית פאללאק לאט??

allgood1s » 19/2/2010 22:58

זעיט אויס ער האט חושש געווען אויף קרקע גזולה ביז עס איז נישט אינגאנצען באצאלט...

רבי_יונה » 23/2/2010 20:48

איינער ווייסט וואס דער גאון הגאונים דער קינדערגארטען מלמד ר' ישעי' ווייס האט מסביר געוווען ז' אדר אין ראדני איבער די הייליגקייט פון פאלאקס, און די איסור אפען ביה"ח דקהל יטב לב?

ווער האט אינפארמאציע?

נפל » 23/2/2010 21:01

יונה די דערמאנסט מיר די מעשה פון קרויס שטריימל מאכער. געהייסן האט ער ר' אשר ענזיל ז"ל

ער האט געגעבן א נדבה פאר א שנארער און דער שנארער איז נישט געווען צופרידן פון די סכום, האט דער שנארער געזאגט אזא גביר ווי אייך קען געבן מער!
- וויפיל קינדער האב איך? פרעגט ר' א"ע
- עה.. אה.. 6 7 קען זיין 8 איך ווייס נישט פונקליך
-אזוי - ענטפערט ר' א"ע - מיינע קינדער וואס דרייען זיך אין גאס: דאס ווייסטו נישט וויפיל איך האב, אבער די געלט וואס איך באהאלט ווייסטו יא וויפיל איך האב?

לענינינו

די קומסט צוגיין יעדע מאנטאג און דאנערשטאג מיט פרישע באמבעס און אויפדעקונגען און אינערליכע אינפארמאציע וואס די האסט ארויסבאקומען פון דיינע שפיאנען וואס דייען זיך ביי ר' זלמן לייב... און א דרשה וואס דער ווייס האט געזאגט ברבים "צוויי טעג צוריק" ווייסטו נישט?

ונהפוך ונהפוך....

רבי_יונה » 23/2/2010 21:05

א שיינע קינדערגארטען מעשה.

טא פארוואס ווייסטו נישט וואס דער קינדערגארטען מלמד האט גערעדט?

allgood1s » 23/2/2010 21:05

קשוט עצמך וא"כ קשוט אחרים!

דוד46 » 23/2/2010 23:29

יונהלע, האסט א גרויסן טעות

ער איז נישט קיין קינדערגארטן מלמד

ער איז א פלעינער עם הארץ...

נפל » 23/2/2010 23:30

ס'צרות...

יונה'ס אינערליכע שפיאן האט אפגעפייגערט...

א קליינע נחמה איז דא! יונה וועט סיי ווי ממשיך זיין באקן מעשיות...

לעקסינגטאן » 24/2/2010 02:19

נפל אזוי ווי סהאבן אפגעפייגערט יונה'ס שפיאנען מיינעך סישוין געקומען די צייט די זאלסט זיך צוריק נעמען צו די ארבייט און מחי' מתים זיין דיינע אפגעפייגערטע שוואגער'ס און מחותנים און ברענגען פארן עולם קראנטע אינפארמאציע אין אלע הינזיכטן

נייפעלע כה לחי צוריק צו די ארבייט!!

רבי_יונה » 24/2/2010 19:47

נפלע נאך אלע דיינע קאטשעריי, וואס האט דער קינדערגארטען מלמד געמאלדן?

אלעס בלייבט ביים אלטן?

נפל » 24/2/2010 20:50

נישט צום גלייבן, שוין פאראיבער כמעט א גאנצע וואך און יונה ווייסט נאך אלס נישט וואס מען האט געזאגט ביי די דרשה "ברבים"...

יונה וואס טוט זיך היינט ביי הגז"ל אין שטוב? ווער האט געשריגן אויף וועם? פארוואס איז קאמפאט געווארן רויט ווי א בוריק? אויף וועם האט הגז"ל אראפגעהאקט די טעלעפאן?

הערטס_צו » 24/2/2010 21:17

נפל'ע דו קריכסט אוועק פונ'ם ענין!
האלט דיך אין די ראמען (ווי ווייט מעגליך) און רעדט וואס מער צום דבר.

מ'רעדט דא צו בית פאללאק מיט אירע פילע מאנגאס א.ד.ג. ליידן געבראטענע צרות און דו קומסט מיר זאגן אז ר' יונה האט נישט קיין שפיאנען אין מהרז"ל'ס דירה גזולה?!?!

דאס קען נישט אזוי ווייטער אנגיין!

איז אמת צו דער "פאללאק רייכמאן וואלהענדער קאמפלעקס" איז אויף געהאקטע צרות????

allgood1s » 24/2/2010 21:17

נפל וואס האט רז"ל געזאגט ביי די דרשה ברבים אין וועווערלי?