ווי יעדער ווייסט איז המספיק א ארגענאזאציע וואס געט הילף פאר דע וואס מיזן ציקימען ליידער ציקימען דערצו שטעל זיך א קשיא איז עס נאר המספיק וואס קען עס צישטעלן ?
דער ענפער ניין סאיז דא אפאר ביי די היימישער עולם וואס קען אלעס וואס המספיק קען ווי למשל דא אין מאנסי איז הויפט קווארטירט ידי חסד פין ביקור חולים ד'ראקלאנד קאנטי וואס שטעלט צי איבעראל אין אלע אידישע געגנטער די הילף אין אזוי ווייטער רעים אין מעלה אין נאך אפאר וואס איך ווייס נישט פיקטלעך זייערע נעמען.
שטעלט זיך א קשיא איז עס בחינם אזוי ווי אלע אנדערע צדקה צוועקן ?
דער ענפער ניין זיי מאכן אלע געלט פין די רעגרונג ווי אזוי ארבייט עס (לויט מיינע אינפארמעשן די לעצטע טעג) אז זיי באקימען געלט פאר יעדע מענטש וואס זיי העלפן אביסלע מער ווי דע הילף קאסט מיט אפאר פארצענט אין פין דעם באצאלט מען אסאך אויסגאבן (קימט אויס איין זאך בקוציר אז אלע זייערע הוצאות ווערט באצאלט אדארעך דער וואס דארף אנקימען צי זייער הילף דעס איז איינס).
יעצט איז שווער אביסעל פארוואס איז המספיק אזוי גרויס (עכ"פ פאר אינז וואס לייענען זייער פראפאגאנדע יעדע חודש ווייסן אזוי אויב סאיז טאקע אזוי דעס לאז איך פאר אנדערע צי באשליסן)?
ווייל זיי האבן פשוט די בעסטע פאבליק רילעשן'ס קאמפיין אז יעדער מיינט ווען ער ליינט אין די אויסגבע פין המספיק אז זיי זענען געווארן באשטעטיקט פאר עפעס א פראגראם מיינט יעדער אז נאר זיי אין דע אנדערע ווי ידי חסד- רעים- מעלה- אהבה- אין אזוי וויטער קענען נישט צישטעלן די אלע פראגראמען וואס באמת לויט מיינע אינפארמעשן די לעצטע טעג איז עס בכלל נישט אזוי יעדער קען אלעס.
יעצט וואס איז מיין ציל מיט דע הקדמה?
זייער פשוט ווי אזוי האט המספיק פאבליק רילעשאן'ס קאמפיין פארזען אין זיי האבן געמאכט אין די גאזעט פין דע חודש א גאנצע באשרייבינג פין זייער חנוכת הבית אין קרית יואל פין עפעס א בילדינג אין זיי שטעלן זיך אזוי שטארק מיט די צד פין מהר"א אין לייגן אסאך בילדער פין מהר"א מיט זיין דרשה אין אזוי ווייטער ווייסן זיי דען נישט אז זיי האבן אסאך קאנסאמערס וואס געהערן צי אנדערע פארטייען ווי למשל מהרז"ל אדער גאר בני יואל'ע מענטשען ווי אזוי האבן זיי זיך פארעכענט אין געווארן א אפציעלע פאן טרעגער פאר איין צד ווען יעדער פין זיינע קאנסאמער'ס קענען יעדע מינוט אוועק גיין פין המספיק אין גיין צי איינע פין די אנדערע ווי למשל : ידי חסד - מעלה- רעים- אהבה- אין ווייטער באקימען אלעס וואס זיי האבן געהאט ביי המספיק זענען זיי דען נישט אז אלע פארטיין זיינען זייער שטארק פאר זייער פארטיי אין וועלן נישט אראפשלינגן אזא זאך ווי מזאל ניצן זייער געלט פאר זייער שונא'ס פראפגענדע ?
נאכאמאל איך רעד נישט אויף המספיק ח"ו יעדער ווייסט ווי געטריי זיי זענען אין פילטער דא נאר אויס מיינע קשיות איינער וואס וויל ענפערן אין מסביר זיין זייער צד ווערט געבעטן צי שרייבן דא
"דער עולם ווערט געבעטן זיך ציהאלטן צים ענין איך מיין אז יעדער וועט אי"ה הנאה האבן"
תוקן על ידי nys10952 ב- 29/11/2009 18:38:09