פין אישי:
מ'קוקט אביסעל ציריק, אין מ'זעהט מיט וואס פאר מין'ע ..... קהל דארף זיך דא ספראווען
א שטיקעל הקדמה: מ'דארף נישט קיינעם דערמאנען ווער איז דער גרעסטער מסור ביים ניו יארקער יודענטום, אין וויפיל מינע מסירות/קאנטעמפט/קלאגעס/וכו' ער מיט זיינע שותפים האבען אריינגעגבן קעגן קהל אין יחידים בפרט אין קרית יואל וכו', אין ווי ער באלאנגט אין וועם ער האט פארטרעטן אין באקומען עפענטליכע חיזוק אין שטיצע, אין ווער זענען זיינע משלחים, כידוע.
ועוד ידיו {ידים ידי עשו} נטי' ר''ל.
היינט צו טאגס: די רעביצין'ס זאלי'ס האבען גערופן קהל אין קארט אן קיין שום היתר בעולם, אין מיעס פארלוירן ב''ה, אבער קהל האט געווינגען דעם קאונטער קלעים ב''ה, אין פארשטייט זיך אז קהל האט עס אינפארסירט, דאך איז קהל געגאנגען אין אין ברבים מכריז געווען (מ'קען עס פינקטליך הערן 212-990-7350) אז לפנים משה''ד זענען זיי נאך אלס גרייט צו גיין צו די''ת הגם זיי קענען ווען טענה'ן אין נזקקין, אין אויב נישט וועלן זיי פארשטענדליך גיין ווייטער מיטן אינפארסירן די פסק קעגן די הולכים בערכעות לויט די בפ' שו''ע אין חו''מ.
קומען די 3 אין שרייען 'מסור'....... צו די''ת ח''ו נישט גיין אבער 'מסור'....
יוסל וואלדמאן איז געווארען ביי זיי הרה''ח...... אין הירש זיצט גאר ביי זיי אויב אן, אבער ר' דוד עקשטיין איז א 'מסור'.....
.............יא! פארשטייט איר שוין, פארוואס די סוער איז ביי זיי אזוי באליבט??
------------------------------------------------------------
דרך אגב, עס איז געווען א געשמאקע סצענע אריינצווואקען דעם פרייטוג צו נאכטס אין ראדני, ווי די פאשקעוויען האבען געהאנגען אויף די ווענט פין שול
אין זייערע קינדלעך 'תשב''ר' האבען זיך געשטיפט צו ליינען די פרישע פאשקעווילן.
נעבעך פאר אזעלכע דורות.... פאר אזא חינוך.....