היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » "שומו שמים" אם המסורה האלב פאראליזירט רח"ל!

"שומו שמים" אם המסורה האלב פאראליזירט רח"ל!

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2724595

מזלמזל » 27/11/2009 16:21

די אם המסורה קען נישט גיין אויף איר אייגענע פוס רח"ל, ס'איז אזוי ווי פאראליזירט די אינטערשטע טייל פון איר
קערפער זי שפירט עס נישט, די דאקטורים האבן נאך נישט פעסט געשטעלט פון וואס דאס איז געשעהן, מ'האלט
נאך אינמיטן מאכן טעסטס, אבער דאך האבן שוין די דאקטורים געזאגט אז זיי זענען חושש צו א נאראלאדזשיק
פראבלעם ביי די מח רח"ל צוליב די געפערליכע סטרעס און פרעשור וואס זי מאכט מיט די לעצטע תקופה.