היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בלאט VS. דוד עקשטיין: ארונים צוריסן און צופליקט צווישן זיך

בלאט VS. דוד עקשטיין: ארונים צוריסן און צופליקט צווישן זיך

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2724364

באלאנד » 27/11/2009 01:51

איינער ווייסט דא אז דער בלאט איז ארויף די וואך צו 2.50 ???
איז קיינעם נישט אינטערעסאנט אז ס'הערשט דא א געפייגערטע שטילקייט אויפן פארום בנוגע די נושא???

ווי באקאנט האט דוד עקשטיין געמאכט א תקנה אז וועלכע מוסד עס וועט עדווערטייזן אין איד איז אסור לבוא בקהל.
פאר מיילעך דייטש - וואס מיינט היינט סטריקטלי ביזנעס און ווען ער קען ווען שיקט ער ווען די גאנצע אהרונישע פארטיי ליפטערן אבי זיין בלאט זאל ווייטער ראנען און אים ברענגען פרנסה - איז די תקנה געווען טויט קלאפ, ווייל די אויטאמאטישע קאנצוקווענסן וועט זיין אז די גרויסע אומפארטייעאישע מוסדות און ארגענעזאציעס וועלן אויפהערן עדווערטייזן אין ביידע צייטונגען, האט ער באשלאסן צו נעמען אייגענע שריט און איז די וואך ארויפגעגאנגען מיטן פרייז פון צוויי טאלער צו צוויי פופציג.
אויפן ערשטן זייט אין היינטיגן בלאט איז דא א שטיקל אויפקלערונגס מעלדונג פארוואס ער איז ממש "געצווינגן" דאס צו טוהן, ער ענדיגט דארט - שלא כסדר ה"הבלאט" - מיט א וד"ל וואס מיינט גאר אסאך....

די ערנסטע אהרונים, דוד עקשטיינס פערדלעך האבן היינט אנגעהויבן א ביטערע מערכה מיט מיילעך'ן (לאמיר האפן ס'וועט זיך בעסער ענדיגן ווי שומרי החומות...), זיי שיקן ארום מעסזעדזשעס אז די געטרייע אנ"ש זאלן בויקאטן דעם בלאט, וליהודים היתה אורה...

האלט איך געשפאנט עס קומט פרייליכע טעג

דעקלעראציע » 27/11/2009 02:08

ס'טוט זיך יעצט הריגות מען פראסקט זיך אין די גאסן
דוד עקשטיין האט ציזאם געפראסקט שמואל ווידער
אלימילך דייטש ציפט יצחק ראזנבערג
בערל פריעדמאן מיט שמעון משה קעפטש פליקן זיך ביי די בערד
אליעזר ווייס מיט מיט אלישע הארוויץ זענען אין שפיטאל
אהרן וועלץ מיט מיט מנחם גרשן לעבעוויטש זענען  אנטלויפן
אין מאיר הירש ווערט שוין צוריק א זאלי


די אהרונים זענען חרוב אלע מוסדות ווערן פאר מאכט

לויט ווי ס'הייסט יעצט אנטלויפט די רבי מיט די נעקסטע פליגער קיין דיזני לענד

אין בן פראדל חלום איז געווארן אויס געפירט.


נישט פארגעסן אלעס פאר 50 סענט.



תוקן על ידי דעקלעראציע ב- 27/11/2009 02:12:44




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/11/2009 03:25:06

זעליג_כהן » 27/11/2009 02:19

דעקלעראציע האסט אלעס פארענטפערט הערליך...

אבער וואס מיינט למעשה די וד''ל אויפ'ן ערשטן זייט פון'ם בלאט???

אינדפנדנט » 27/11/2009 08:04

אז אזעלכע קליינע קעפ ווי דו זאלן האבן וואס צו פרעגן, גארנישט מער.

יעקב_שמשון » 27/11/2009 19:33

די פלאן איז יעצט צי שיקן א בריוו צים פרעזידענט אין האפנדליך וועט ער קענען שלום מאכן
צווישן די הירוגת וואס שפילט זיך אפ אין מינוטן ביי די אהרוינים.

SatmarBum » 29/11/2009 09:44


[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי SatmarBum ב- 29/11/2009 09:50:12

nys10952 » 29/11/2009 21:44

סאיז אינטערסאנט אזוי ארויס צי שרייבן