ביי די עפנענוגס צערעמאניע פין משביע אין וויליאמסבורג האט נידערמאן אויפגעטרעטן אין צווישען באדאנגט ער זיך דארט פאר מר. הערי ארענשטיין (וואס ער געט אסאך געלט פאר מעד קאנסול זיי זאלן טייטלן עסן פאר ארעמע אידן אין האט געגבען אסאך געלט פאר משביע), אויכט געט ער אסאך געלט אז מען זאל געבען פאר עלטערע אידן וואס דארפן הירינג עדס אדער גלעזער וכדומה, אין משה דוד זאגט אים דארט אינדערמיטן קוקט דא ביי 3:20 וז"ל
Let me say something else which is from the bottom of my heart, I want to really tell you thank you on behalf of the hundreds of seniors close to 1500 seniors who receive our services,
And because of you they have a better life, because of you they have herring ads, and they have other important things as glasses and every thing, so they can go on and continue with their life thank you very moth
יעצט לאמיר זיך אלע אליין פרעגן האט שוין איינער געהערט אדער ווייסט איינער פין א עלטערע איד וואס באקומט פין UJO הערינוג עדס אין גלעזער אדער אנדערע זאכן??? ער זאגט אז קרוב צו 1500 עלטערע אידן באקומען עס פין אים!!!
אוודאי בדאנקט ער זיך פין די "באדעם פין זיין הארץ" אז ער קען זיך אנפילען די טאש אין באגנבענן דעם איד, וואס מיינט נעבעך אז ער געבט גרויס געלט פאר צדקה אין ער הלעפט הונדעטער עלטערע אידן באקומען זיין הילף, אין דער גנב פילט זיך אן זיין טאש מיט די געלט, אין לאזט די עלטערע אידן אויפן וואסער.
עד מתי יהי' זה לנו למוקש?? ווילאנג נאך וועט וויליאמסבורג דארן לאדען פין דעם גנב?? ווילאנג נאך וועלן מיר אים לאזן באגנבענן וויליאמסבורג אין עלטערע אידן אין שטיין שטיל אין די זייט??
תוקן על ידי יקרבו ב- 25/11/2009 23:00:00