היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעקינג: בני יואל בריוו צו אבאמא און אמעריקאנער גאווערמענט

ברעקינג: בני יואל בריוו צו אבאמא און אמעריקאנער גאווערמענט

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2723372

רבי_יונה » 25/11/2009 05:28

י זאלי/בני יואל האבן געשיקט א שארפען בריוו צו

פרעזידענט אבאמא
און א רייע סענטארן און קאנגרעסלייט.

אן עקסטערן בריוו האבן זיי בשתיקה געשיקט צו זייער ידיד אכמעדיניזשאד און מאמוד אבבאס פון די פאטאח פאלעסטינער שבטים, זיי צו העלפן אין זייער פראבלעם מיט קהל יטב לב.

ווי עס קוקט אויס וועלן זיי לויפן איבער די גאנצע וועלט
אבער צו קיין דין תורה וועלן זיי אמאל זיכער זיך נישט שטעלן.

http://www.scribd.com/doc/23099107/Rebetzion-Letter-to-President-Obama

ליינט און האט א הנאה



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 25/11/2009 18:33:25

מבני_בניו » 25/11/2009 05:39

זשעי נעט לאט נישט דורך סקריבד, אפשר לייגטסו עס אויך אויף יוסענדאיט אדער א אנדער סייט

רבי_יונה » 25/11/2009 05:44

די קאווער פעידזש

[בילד – נישט אפגעהיט]


ערשטע זייט

רבי_יונה » 25/11/2009 07:12




דריטע דף

דריטע פעידזש

בלומבערג » 25/11/2009 07:32

ילך אצל שחורים וילבש שחורים

אינדפנדנט » 25/11/2009 18:04

ברעיקינג ניוס

דער סענאט האט נארוואס איבערגעריסן די העלט קעיר דיבעיט כדי צו אדרעסירן די שוידערליכע קריים וואס קומט פאר ערגעץ אין א קליינעם ווילידזש אין ניו יארק בנוגע עפעס א קליינטשיקע הייזקעלע וואס איז עטעטשט צו א גרויסן בילדינג. אבאמא איז געווארן מורא'דיג באנומען פון דעם בריוו וואס ער האט באקומען און ער האט געלייגט זיין גאנצע ווירטשאפט אין א זייט. ער איז א גאנצן טאג ביזי נאר מיט איין זאך, וויאזוי צו העלפן די הייליגע בני יואלישלעך אין קרית יואל.

ווער רעדט נאך פון היימלאנד זיכערהייט סעקרעטערי נאפאליטאנא, זי האט געלייגט די גאנצע מלחמה קעגן על קאידא אין א זייט און א גאנצן טאג טראכט זי נאר וויאזוי צו פייטן קעגן די שרעקליכע טעראריסטן פון קאנגרעגעישאן יטב לב אין קרית יואל.

אין קרית יואל האט מען אלעמאל געוואוסט אז מען קען דערקענען א בני יואל בחור'ל פון 200 פיס אוועק, אן אנגעחומרטן הוט, א צוריסענעם און שמוציגן רעקל, שווארצע גלעזער פארקלעבט מיט ווייסע טעיפ ביי די צוויי הענטלעך און אינמיטן, און אומאויסגעקעמטע פיאות און עס רינט אים פון די נאז. איך האב זיך אמאל געהאט גענארט אז דאס איז נאר פונדרויסן, כ'האב נישט געוואוסט אז פון אינעווייניג זענען זיי נאכמער חרוב ווי פונדרויסן.

איך מוז זאגן אז ווען נישט איך זע דעם דאקומענט וואלט איך געמיינט אז דאס איז א פשוטער געבעקס. עס לאזט זיך נישט גלייבן אז אין 2009 איז נאך פאראן אזא גרויסע קבוצה פון טיפשים וואס רעדן זיך איין אז דער אמעריקאנער פרעזידענט, אטוירני דזשענעראל און האומלענד סעקיוריטי סעקרעטערי האבן נישט בעסער וואס צו טאן נאר צו ליינען בריוון וואס זיי באקומען פון א כאפטע לוזערס בנוגע א לעגאלן סכסוך וואס איז אין געריכט.

וואספארא סם האבן די חברה געפיטערט זייערע קינדער אין בני יואל די אלע יארן אז זיי זענען אזוי חרוב געווארן מענטעלי?

טאטלע » 25/11/2009 20:06

קעען זיין אז זיי רעדן זיך איין אז אזוי וועט ווערן א שטינק אין די פרעסע  אין די דזשאדזש וועט זיי שוין אלעס ציריק געבן

וואס איך פארשטיי אבער נישט

(1) האלטן זיי טאקע אז פרעז. אבאמא איז אזא בהמה אז זיי קענען עם איינרעדן אז די קארט האט זיי געגעבן רשות דארט צי דאווענען אין די צייט וואס די קארט האט קלאר געזאגט טארסט נישט דאווענען דארט

(2)זיי שרייבן דארט אז די קארט וועט זיך מסתם שלעפן זייער לאנג
אין דאס באדראעט זייער עקזיסטענץ אין כדי זיי זאלן קענען סארווייווען זאל די פרעזידענט זען אז זיי (ר אברהם ווידער)זאלן קימען צי א ציווילען אפמאך

וואס עפעס ? האסט געבעטן א T R O אין עס נישט באקימען ווילסטו די פרעזידענט זאל דיר עס געבן כמיין די זאך איז דאך אין קארט  האסט מורא גייסט פארלירן אין קארט  ?

(3) אויב שוין יא ניצען דעם פרעזידענט וואס עפעס א ציווילע אפמאך
פארוואס זאל די פרעזידענט נישט ארבייטן מזאל גיין צי דין תורה ?



אז זייער לויער האט זיי געלאזט שרייבן אזא בריוו איז גאר גיט 

איזראלי » 25/11/2009 21:42

איך מיין אז דאס בעסטע וואלט געווען ווען זיי בעטן די הילף פונ'ם פויפסט אין רוים .

זעליג_כהן » 25/11/2009 22:06

יא לאכטס א גוטס, אזוי ווי מען האט געלאכט ווען די וויליזש האט נישט מער-געדאכט לעצטנס געשיקט א בריוו צו אבאמא...

rebyankel » 26/11/2009 00:47

זעליג כ'הייב ערנסט אן צו טראכטען אז די ביזט א תלמיד פין בני יואל,
ביזט מדמה מילתא למילתא.........

מישמאש » 26/11/2009 23:46

עס וואלט אינטערסאנט געווען א אפהאנדלונג אויף די אלע וואס האבן אינטער געשריבן די בריוו...

דעקלעראציע » 27/11/2009 00:39

איינער זאגט אז שמואל דוד בירנבוימ'ס קינדער שעמען זיך געפערליך א זייער טאטע האט אינטער געשריבן.

לעקסינגטאן » 27/11/2009 14:35

איך זעי שלמה מייער געחתמט אויפן ליצנות בריוו איז דאס דעם אונזעריגן שוין באקאנטן מנ.. פון שומרי החומות?


לעקסינגטאן » 27/11/2009 14:53

זעליג'ל קוקסט מיר באמת אויס ווי א צוריקגעבליבנס און דאס איז דיין טעות מיט דער טעות פון די בני יואלע שטינקערס = ווען דער קר"י מעיאר האט געשיקט א בריוו איז עס ווי באקאנט געווען געדעקט אין אלע גרעסטע נייעס קוועלער סיי דאהי און סיי אין איבער די גארער וועלט אזש אפי' אין די פאלעסטינער געביטן איז עס געווען באריכטעט אין זייערע צייטונגען
יענץ איז געווען א טעמע וועס דער אמעריקאנער פאליטיק איז פארפלאנטערט דערין כסדר און סאיז פונעם פרעזידענטס פריאריטעטן סזאל געשליכטעט ווערן די פראבלעמען דארט מיילא איז ער כסדר אינפארמירט און ער האט א גאנצע שטאב וואס ברענגט אלע נייעסלעך בנוגע דעם ענין און ער אדער זיינע נאנטסטע געהילפן האבן עס זיכער געליינט ווי דער חשובער מעיאר גיבט פארן פרעזידענט ווארימע שטיצע אויף זיין מיסיע בשם דעם חרדישן יודנטום ווי עס איז געווען באריכטעט אין די היגע גרויסע צייטונגען

משא"כ ביי די פארסארכעטע בני יואל וואס ווינען אז מלאזט זיי נישט מייכענען אינעם רעבינזיכרוינעליווראכעס ביה"כ קימערט גאנץ וויניג דעם פרעזידענט מיט אלע סענאטארן אן אפגעריסענעם סכסוך פון אפאר ראדיקאלן און פראפערטי פארכאפער וואס קומען פראטעסטירן מיט אכט ראציגע פארשוינען אויף די גאסן פון קעי דזשעי

וועק דיך אויף

טאטלע » 27/11/2009 19:36

לעקסינגטאן דאס איז א אנדערע שלמה מייער דער איז א קביעותדיגע מתפלל דארט

SatmarBum » 29/11/2009 10:10

לעקסינגטאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זעליג'ל קוקסט מיר באמת אויס ווי א צוריקגעבליבנס און דאס איז דיין טעות מיט דער טעות פון די בני יואלע שטינקערס = ווען דער קר"י מעיאר האט געשיקט א בריוו......


די בני יואל האבען געזען אז מייאער ווידערס בריוו צי אבאמא האט דער בלאטט געשריבען אויפן דעקיל: "קידוש השם איבער דעם גאנצען וועלט" מיט דעם בריוו האבען בני יואל געוואלט נאכמאכען דעם קידוש השם....

KJ Mayor Writes to President Obama :
http://www.natrina.org/news/presidentobama.pdf

[בילד – נישט אפגעהיט]