איך ווייס נישט אויב דא איז די פלאץ צי שרייבען איך בין נאך ניי מיט די סיסטעם, פאקטיש בין איך נאך א גרינער און דער טריפהנעם כלי בכלל (פאר ביזנעס פארשטייט זיך)
צום ערשט זייענדיג א גאסט לאמיר זיך פארשטעלען פארן עולם איך בין א וויליאמסבורגע תושב מאז ולתמיד, איך דאווען יעדן טאג און שבת קודש און דעם בית מדרש שהתפלל בו רביתינו הקדושים זי"ע, מיינע קינדער שיק איך און די מוסדות פון ווי עס זענען ארויסגעקומען רוב פון די סאטמארע דיינים, מגידי שיעור און כלי קודש, איך קויף די זעלבע פלייש און מצות וואס מיינע עלטערן און רביס האבען געגעסן און איך זיך נישט צו זיין בעסער און קליגער פון זיי בקיצור איך בין דאס וואס מען רופט היינט "זאליס"
די סיבה פארען נעמען די פעדער און די האנט איז, אז ליינענדיג די פולע אשכלות פון די חלה דעקלעך פורום דעם כל העולם כולו און לאו דוקא די לעצטענדיגע. האב איך שטודירט די אהרונישע ספינס, קאפ שווענקונגען, און וואנזיניגע תירוצים אויף זייערע דורעכפאלען ,טעראר אקטען און זייער פירערס משוגעתן. און זייענדיג בטבע א גרינטליכע אנעלעזירער האב איך באשלאסען צו מאכען א קורצע סך
הכול פון אלעם וזה הכלי
1.די גאנצע וועלט איינע פון די באליבטע טאקטיקען פונעם בלאט און די כל העולם ניקס איז צו ניצען נישט ווייניגער ווי די גאנצע וועלט נעמליך: גאנצע וועלט ווייסט אז...יעצט האט איעדער שוין איינגעזען אז...צו שפאט פאר די גאנצע וועלט ווייל... און נאאיווע ליינער (וואס פעלט נישט און יענעם חדר) קויפען עס אפ פאר גוט געלט. ווי אויך איז עס שווער אפציווענדען ווייל גיי קריג דיך מיט די גאנצע וועלט...
2.טיטלען יעדעס מאל וואס זיי דעדן פון זייער פירער ניצען זיי אלע ווערטער און ר"ת וואס עס איז נאר פארהאן ווי כ"ק (טייל מאל ארויסגעשריבען כבוד קדושת) מרן אדונינו ורבינו הגאון הקדוש רבשכבה"ג עט"ר שליט"א און זיי שרייבען דאס אזויפיל מאל איבער ביז עס גייט שוין אריין אין די בונדעל קעפ און די זעלבע טוען זיי מיט זייערע דיינים'לעך און מוצ'לעך און זיי מאכען זיכער צעס צי שרייבען אומווייניגסטענס צעהן מאן און איי פאראגראף
3.איר געדענקט נאך גאר א פאפולערע ענטפער (שטאמט דאכט זיך פון דער בלאט)איז אזוי אריינציווארפען בדרך אגב אונמיטען א רייע קללות 'איר געדענקט נאך...דאס און יענץ' און סארבייטט כמעט אלעמאל ווייל קיינער גייט זיך נישט פארקנייטשען די שטערן און זיך פרובירען צו דערמאנען פונקט פון וואס רעדט ער. מיר צום ביישפיל רעגט דאס אויף און ווען איך ליין ווי א מויל מאכער שרייבט 'איר געדענקט נאך זיינע שיינע מעשים מיטוואך פקודי און אזיע' וויל איך אריינשרייען ניין איך געדענק דווקא נישט ביטע פריש מיך אויף די זכרון און שרייב ארויס ברחל בתח פון וואס די רעסט
4.בגץ הציוני דאס ווערט ארויסגענומען פון לעדל אדער פון טאש ווען מען איז טאקע ענטפערלאז מאכט זיך אמאל אפילו ביי די געריבענסטע אהרוני שרייבער אז מען האט נישט וואס צו ענטפערן די רשעות איז גרויס די נערישקייט איז געטון געווארען און די קעלבלעך קוקען ארויס אויף א פארטיידיגער א פאקטען מאכער א תירוצים פארשאפער אבער... סגייט נישט (משה גבאי האט עס אנגעדרייט..שוין גענוצט די וואך,סנישט אמת...סאיז אפען לעיני השמש..) דאן נעמט מען ארויס די צויבער ווארט 'בג"ץ' און אלעס ווערט פארענטפערט אלע שייגעץ שטיק פארענטפערט, די שחיטה איז ווייטער מהודרת און די זעלבע איז מיטן רבי'ן
5.איך האב נאך פיל צו שרייבען אבער איך וועל יעצט דא ענדיגען און ווי האט די געוועזענע ק"י רב געזאגט ועוד חזון למעוד...