היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » פרישע גזילה פרשה. פאפא VS אהרוינים

פרישע גזילה פרשה. פאפא VS אהרוינים

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2723231

חיי_שעה » 24/11/2009 19:28

פאפא האט געשיקט א בריוו צו די ארוינים אז היות די רענט איז שוין נישט באצאלט געווארן א לענגערע צייט דעריבער מעלדט פאפא אינם בריוו אז אויב ביז צוויי וואכן ווערט נישט די רענט באצאלט וועט פאפא אפשפארן מנוחה ושמחה און די מחותנים וועלן דארפן באצאלן פאר פאפא פול פרייס אפילו די ארוינים האבן שוין גענומען דעפאזיט'ס.

איך גלייב נישט אז עס וועט קומען צו דעם, לכאורה וועלן די ארוינים באצאלן ווי טאטעלעך, דאס צייג נאר נאכאמאל אז מען טאר מיט זיי נישט מאכן קיין ביזנעס אויף קרעדיט.

גערעכט איז גאלדען פלוי

YESWECAN3 » 24/11/2009 19:54

חיי! די האסט נישט ארויס די זאך...די ארונים ווייסען זייער גיט וואס זיי טיען..נעקסט גייען די ארונים מאכען וואלען אין פאפא אין דערקלערען בערעלע אלץ ראש הקהל.. אין איבער נעמען די מנוחה ושמחה בנין..אין פטור א עסק..פטור פין די רענט ..אין טאמער וועט זיך פאפא דערוואגען צי גיין אין קארט וועלען די חלה דעקלעך.. שרייען נא... קארט טאר זיך נישט אריין מישען סאיז רילידזשעס... ענק מיינען אז איך מאך א דזשאק..פין זיי שטייט נאך אלעס אויס

תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 24/11/2009 19:55:39

PARRKIST » 24/11/2009 22:46

דאס איז נישט קיין נייעס שוין א אלטע זאך
אבער נישט געזארגט די אהרונים האבן זיך ביזדערווייל יעדעס מאל פיין אן עצה געגעבן.