היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שוידער ! רב זילבערבערג קענסלט דעם שבת

שוידער ! רב זילבערבערג קענסלט דעם שבת

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2722892

יעקב_שמשון » 24/11/2009 03:41

שרעקליכע נייעס אין א חילול השם ווערט יעצט אנטווילקט.

הרב זילבערבערג האט געקענסלט דעם שבת אין ווילאימסבורג אלץ א רוזלטאט פין שרעקליכען טעראר פין די זאליס
וועגן ראס קעסיל אין דער עירוב..
 
ליידער א יעדע רב/רבי וואס האט דעס יאר באזיכט ווילאיסבורג איז געפיינגט געוארן אין געמיזט דורך גיין בושות פין די זאלי באנדע.

באלאנד » 24/11/2009 03:49

יעקב_שמשון כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שרעקליכע נייעס אין א חילול השם ווערט יעצט אנטווילקט.

הרב זילבערבערג האט געקענסלט דעם שבת אין ווילאימסבורג אלץ א רוזלטאט פין שרעקליכען טעראר פין די זאליס
וועגן ראס קעסיל אין דער עירוב..
 
ליידער א יעדע רב/רבי וואס האט דעס יאר באזיכט ווילאיסבורג איז געפיינגט געוארן אין געמיזט דורך גיין בושות פין די זאלי באנדע.


איך ליין דא די לעצטע פאר וואכן האר אויפשטעלנדע טעראר אקציעס וואס די קווינס בחורים דרייען אן די לעצטע פאר וואכן אין ווילי, איך קען פשוט נישט פארשטיין, זענען די זאליס טאקע די רוב אז יעדער רב שרעקט זיך פאר זיי?

אדמיראל » 24/11/2009 03:54

בכלל נישט קיין רוב

פאלנע טעראריסן אין גאסן יונגען, איך קען ענק איין זאך זאגן גייט'ס אן אויף דעם וועג
משה בן פראד'ל'ס דרך ארבעט א מחי'

ארגינעלער » 24/11/2009 04:00

איך פיל מיך תשמ"ה ווי אזוי ס'האט אויס געקוקט ווען מען האט זיך געשלאגן מיט א יעדן רבי'ן

בן פראדל בן פראדל קיפ איט אם

דא זעהט מען ווער ס'האט געמאכט דעם ברך משה האבן אזא שמוציג פנים אין די וועלט.

באלאנד » 24/11/2009 04:03

ארגינעלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך פיל מיך תשמ"ה ווי אזוי ס'האט אויס געקוקט ווען מען האט זיך געשלאגן מיט א יעדן רבי'ן

בן פראדל בן פראדל קיפ איט אם

דא זעהט מען ווער ס'האט געמאכט דעם ברך משה האבן אזא שמוציג פנים אין די וועלט.


עס איז א נחת צו קוקען, איך פיל מיך ווי שנת תש"ס ווען אלע אהרונים זענען געווען ביזי שעלטן משה גבאי און געציטערט דאס קדאכעס פון אים!

ר' משה קיפ איט אפ! זאל די גאנצע וועלט זעהן וואספארא שווארץ פנים ר' אהרן האט!

ארגינעלער » 24/11/2009 06:46

איך ווייס נישט צי די יונגע אהרונים ווייסן בכלל ווער בן פראדל איז

אבער ווער דוד עקשטיין איז ווייסן די זאליס מיט בן פראדל זייער פיין

בן פראדל שרייט ער איז א גוי פאר איין סיבה ווייל ער פלעטערט זיי דעם קאפ

אין א יעדנפאל בן פראדל טראגט דעם הגז"ל פינקט ווי ער האט אריין געפירט דעם ברך משה ז"ל
אין אמאל דעם רבי'ן שליט"א צי קריגט זיך מיט א יעדן זיך שלאגן מיט א יעדן.

דער ברך משה האט ליידער געטראגן גאר שמוציג פנים אין די גאס אין די עלטערע יארן אלעס וועגן בן פראדל.
נישט סקווירא רבי אין נישט תולדות אברהם יצחק האבן געגעבן דעם עם הארץ  א וויזיט
אלעס וועגן די פירות פין בן פראדל.

ווער ס'קען זאל ארויף שיקן צי בן פראדל א קראנץ בלימען.

kleinekup » 24/11/2009 06:54

נישט די רוב ווילי איז זאליס

נאר רוב רשעים'לעך

טראק » 24/11/2009 08:10

דאס וואס איך האב געשריבען היינט צופרי.

טעראר: זאליס מערכה קעגן הרב זילבערבערג

איצט איז געקומען די רייע אויף הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א וואס קומט די וואך שבת פראווענען אויף ווילי.

די זאליס לייגן איין וועלטן אז ר' צבי מאיר זאל אונטער שרייבן א בריוו קעגן די עירוב אין ווילי, שמעון ווייזער פון UJO איז די גרעסטע אנפירער פון די טעראר מערכה, ער פרובירט מיט גוטן און מיטן בייזן, די נאכט האט ער געמאכט פאני קאלס א גאנצע נאכט צו ר' צבי מאיר אין שטוב מיט אלע מאוסע לאזונגען ווי מחללי' מות יומת, מחלל שבת, אויך יוסעלע פליט פון דבר יום ביומו האט געקאלט א גאנצע נאכט.

ווייזער האט געזאגט פאר ר' צבי מאיר אז יעדער רב וואס קומט אויף ווילי מיז אונטער שרייבען קעגן דעם עירוב, אז נישט מיינט דאס אז ער שטיצט די עירוב, און ער שטיצט מחללי שבתים.

איצט גרייט צו ווייזער מיט יוסעלע פליט א מערכה כבידה קעגן ר' צבי מאיר, די ווילי גאסן וועלן באקלעבט ווערן, און אך און וויי וועט זיין מיט די סיין פאר ר' צבי מאיר הויז.


איצט איז געקומען די בשורה אז רבי צבי מאיר קענסעלט דעם שבת אין ווילי, צוליב מורא אז די זאליס וועלן אים נאך באקלאפן.

צמח_דוד » 24/11/2009 10:22

להחזיר עטרה ליושנה...

מ'דארף דאך צוריקברענגען דעם אלטן גלאנץ פון סאטמאר. נו, דאס טוען אזעלכע וואס דאס איז ביי זיי דער גלאנץ פון אמאל. רודפ'ן און פייניגן יעדן ערליכן איד, ווייל ער האלט נישט מיט מיט'ן פורים בי"ד.

לאעליכם » 24/11/2009 14:36

יעצט לאמיר רעדן אמת:

ר' צבי מאיר האט געקענסלט דעם שבת צוליב א פארקילונג!

ארגינעלער » 24/11/2009 14:45

גם אויל מחריש חכם יחשב
די מיזט נישט ווייזן אז די שפילסט זאלי אין א יעדן אשכול.

לאעליכם » 24/11/2009 14:49

איך האב אזוי געזעהן אויף 'אידישע וועלט'

רבי_יונה » 24/11/2009 19:17

דאס געשריבן אין בחדרי חרדים

ה ז ד ע ז ע י ! ! !

רבי צבי מאיר זילבערבערג לא ישבות בשבת ויצא בוויליאמסבורג!!!

עלבון התורה ובזיון תלמיד חכם באופן נורא!

אי' העיט ואי' הסופר להכתב על החוצפה הנוראה והטרור אכזרי אין דוגמתן מהמערכה שפילה שהזאלונים ערכו נגד הגאון רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א.

כבר כמה חדשים נקבע שהגאון רבי צבי מאיר שליט"א ישבות בשבת ויצא בעיר וויליאמסבורג, ויערוך התפלות והבאטע באולם הגדול ראז קסטל.

הזאלונים אחר שהסתיימו הטרור נגד האדמו"ר מסקווירא, התחילו עם הטרור נגד רבי צבי מאיר שליט"א!!!

בין הדברים שהזאלונים תבע:

א. שיכתוב מכתב חריף נגד העירוב בוויליאמסבורג.

ב. שלא יערוך התפלות והבאטע בהאולם ראז קסטל ששייך להנגיד רבי יצחק רוזנבורג מראשי קהלה סאטמר.

ג. שידרוש רק בביהמ"ד של הזאלונים ולא בביהמ"ד של אהרונים.

ד. יתאכסן רק אצל חסיד זאלוני.

הטרור והרדיפות בימים האחרונים עד אין שיעור אי אפשר לתאר, צלצלו ושלחו שלוחים לרבי צבי מאיר יום אחר יום שיסכים על התנאים הנ"ל. אחר שלא עלתה בידם ומיאן לקבל, ולא השתחוה למעשה אלימות וטרור. נטלו כל כלי זיינם למלחמה, והתחילו טרור נורא ושפיכת שמים נגדו, באופן גס ומחפיר אשר תצילנה אזני כל שומע.
 
לא יאומן כי יסופר עד היכן נתדרדרו, הודיעו לו שינקם בזרוע ויבזה אותו בבזיונות שפלים כשיבוא, כל השבת יעריכו מלחמה כבידה נגדו, ויצעק עליו ברחובות, יתפרסמו כתבי פלסתר בשווקים וברחובות לרחצה, וכו'. בחורי ישיבת קווינס צלצלו לביתו ביום ולילה בחירופין וגידופין בצעקות בלע ושמץ.
 
בשבת העבר הבדיקו זאלונים מודעה שקר בהבתי מדרשים שרבי צבי מאיר יערוך באולם קאנקארד, והיום פרסמו ברחובות פאשקאוויל הכונו תושבי וויליאמסבורג "מחלל שבת בא".

ולדאבון בית ישראל, ולדאבון תושבי וויליאמסבורג הודיע היום הגאון רבי צבי מאיר שליט"א שמבטל השבת בוויליאמסבורג.

רבי_יונה » 24/11/2009 19:22

די צעטיל פון לוח המודעת שבת.

אינעם זאלי פאשקאוויל דבר יום ביומו, האט עס יוסעלע פריעד אריין געלייגט זינטאג.

[בילד – נישט אפגעהיט]

איינע פון די זאלי פאשקאווילען מקבל פנים צו זיין ר' צבי מאיר
[בילד – נישט אפגעהיט]

נפל » 24/11/2009 19:57

ר' יונה טו מיר א גענאדע ביטע און פראביר מיר נישט איינצורעדן אז ווען עפעס שטייט אין בחדרי חרדים איז מער אמת ווי עפעס וואס שטייט דא... סך הכל האט ר' יונה דארט אויך רשות כתיבה, איך גלייב נישט אז דארט האלט ער זיך מער איין ווי דא... אין פאקט די האסט דאס געשריבן דארט, דעריבער ברענג דאס ביטע נישט אלס א הוכחה אלס א אמת!

איך ווייס אז ער האט נישט געהאט אין פאלן צו פראווען אין ראוז קעסטל און צום סוף קומט ער נישט ווייל ער קען דערווייל נישט רעדן וועגן א פארקילאכט'ס.

רבי_יונה » 24/11/2009 20:31

עס שטייט שוין וואכן לאנג אז ער גייט פראווענען אין ראז קעסטיל, קומסטו מיט א מורא'דיגען זאלי ליגענט

1 ער האט א פארקילאכטס...

2 ער קען נישט רעדן...

3 ער האט נישט געדארפט קיין אויף ראז קעסל...

איך מיין אז פאר דעם געלט שרייבט שוין אזוי דעם ליגענט.

די זאל ראז קעסטל האט באקומען א פארקילכטס, אזוי ווייט אז עס קען נישט רעדן...

נפל » 24/11/2009 20:44

אויב איך וויל שרייבן דיין נוסח וואלט איך געשריבן בערך אזוי:

שוידער! רב זילבערבערג ארויסגעזרקעט מיט בזיונות פון ראוז קעסל! שוין חדשים לאנג וואס דער עולם ווייסט אז הרב זילבערבערג קומט אויף וו"ב און גייט פראווען אין ראוז קעסל, אבער די ארוינים האבן די לעצטע וואך אנגעהויבן א מעכטיגע טעראר קעגן דעם חשובן רב שליט"א און האבן געפאדערט פון אים ער זאל אינטערשרייבן א איסור קעגן בני יואל אויב נישט וועלן זיי אים נישט לאזן פראווען אין ראוז קעסל און אויך נישט צוריק געבן דעם דיפאזיט. הרב זילבערבערג האט זיך נישט געבראכן און האט געקענסעלט דעם שבת אין וו"ב...

וואלןסח » 24/11/2009 21:46

איך ווייס נישט וואס דער אמת איז
אבער עס מאכט שטארק סענס אז ער קומט נישט צוליב טעראר (יהיה ממי שיהיה)
ווייל א פארקילאכאס קען זיך אויסהיילן ביז שבת, און מען מעלד נישט מאנטאג שוין אז מען קענסלט

נו אוודאי איז דאס גוט פאר א תירוץ, וואס האט איר געוואלט ער זאל זאגן איך קום נישט וועגן טעראר

לאפלאש » 24/11/2009 23:03

וואס די מעלה פון זילבערבערג? איך זעה אז ער פירט א באטע שבת פארטאגס, וואס פשט פון דעם?

זעליג_כהן » 24/11/2009 23:07

אבער עס מאכט שטארק סענס אז ער קומט נישט צוליב טעראר (יהיה ממי שיהיה) 

HAHAHAHAHA!!  Joke of the century!

העלד » 24/11/2009 23:17

זעליג וואס גייט דיר אן??
לאז אזוי געמאכט
 ר' יונה וויל אזוי שטארק אז זיין עולםזאל  זיך ארומדרייען מיט די מעשה
  און דער ציבור וועט זיך האלטן אין די זייטן

נפל » 25/11/2009 00:00

ברעיקינג נייעס! כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א גייט צוריק קיין פלעטבוש!

דער עולם איז באקאנט מיטן נייעם וו"ב ביהמ"ד דינוב, יעצט הערט מען פון ארוינישע קוועלער אז דינובער רבי פארלאזט וו"ב צוליב די טעראר וואס די זאליס טיילן אים אויס זייט ער האט זיך געצויגן אויף וו"ב... תורה תורה חגרי שק...

יונה בערך אזא פנים האט 100% פון די נייעס וואס די ברענגסט, הער אויף.

רבי_יונה » 25/11/2009 00:14

עטץ דארפסט לויפן שנעל און הרג'נען זילבערבערג ווייל ער דרייט זיך ארום און רעדט, און איז געזינט און שטארק.

טא די גאנצע באבע מעשה פייגרט, פאנגט אן באקן א פרישע מעשה, זאג אז ער האט געהאט א נפל...

כאטשיג שניידט אים דו צינג אראפ... רעדן זאל ער נישט קענען כאטשיג ביז נאך שבת...

די פראבלעם איז ווי אזוי זעהט מען אז ער זאל פארקילט ווערן?

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 25/11/2009 00:19:07

לאפלאש » 25/11/2009 00:18

צו וועם האט ער גערעדט? וואס רעדט ער? שנעל רבי יונה געב ארויס דיינע סארסעס, נישט ברענג מיר יעצט א לינק פון פארום אויף עברית ווי די שרייבסט דיינע בויך קרעמפעניש!

רבי_יונה » 25/11/2009 00:22

אנגעפירט די מערכה האט שמואל טייטלבוים, יוסעלע פריעד, שמעון ווייזער, שאול פערלשטיין.

די מענטשן לעבן און גיי פרעג זיי וואס זיי האבן געטאן.

איך האף אז זיי זענען נישט פארקילט און קענען רעדן...

לאפלאש » 25/11/2009 00:24

רבי יונה איך האב מיך נישט געפוילט און איך האב אנגערופן 3 פון דיין ליסטע, זיי רעדן ב"ה פיין, און ווילן וויסן וואס וועט רבי יונה האבן אז זילבערבערג וועט ווערן א אהרוני.....

לאעליכם » 25/11/2009 01:17

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ברעיקינג נייעס! כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א גייט צוריק קיין פלעטבוש!

דער עולם איז באקאנט מיטן נייעם וו"ב ביהמ"ד דינוב, יעצט הערט מען פון ארוינישע קוועלער אז דינובער רבי פארלאזט וו"ב צוליב די טעראר וואס די זאליס טיילן אים אויס זייט ער האט זיך געצויגן אויף וו"ב... תורה תורה חגרי שק...

יונה בערך אזא פנים האט 100% פון די נייעס וואס די ברענגסט, הער אויף.


לאך נישט!
די זאלי'ס האבן אים שוין אויך געדרייט א קאפ, ב"ה איצט האט ער מנוחה פון זיי.

"דעם ערשטן וואך"! ווען ער איז געקומען זיך באזעצן אין וויליאמסבורג, איז שוין געקומען צו אים ר' שלמה לייב וו"ב (מחברי הלישכה) מיטן פארלאנג ער זאל חתמ'ענען קעגן דעם עירוב.

עס קומט א רבי, א בנן של קדושים ות"ח זיך באזעצן אין א שטאט, במקום פון שיין אויפנעמען און אים זיך זאל איינקווארטירן, אבער ניין! תיכף קומט מען צולויפן אויף אלע פיהר!...

(פארשטייט זיך אז דער רבי האט נישט געחתמט מפני כבודו פון אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, ווען דער דינובער רבי איז פון די וואס זענען מקיים דעם כבד "את" לרבות אחיך הגדול.

rebyankel » 25/11/2009 01:19

איך הער אז עכט האבען פשעווארסקער רבי, תולדות אהרן רבי, סקווירא רבי, סערדאהעלי רב
זיך יא געבראכען אין געהייסען אז  מ'דארף יא שיקען בחורים נאכשרייען פרויען וואס טראגען מיט די עירוב, נאר זיי זענען געווען פאקילט......

rebyankel » 27/11/2009 00:34

ווער עס קען נאכנישט די זאלי'ס וועט נישט אויפהערן צו לאכען פין די זיסע מעשה וואס די זאליס האבען קוים נעכטן געלאזט פאברעצירן (היבש אפאר טאג נאכדעם וואס ר' צבי מאיר האט געקענסלט דעם שב''ק אין וומ''ס) אז די ארונים זענען גאר די וואס האבען טעראזירט ר' צבי מאיר אין (די איבריגע קענט איר זיך שוין אליין פארשטעלן)......

ווען משוגע מאכט גראב, וואלטען די זאלי'ס געווען גראב ווי א טראק, נעבעך!

אגב, די שב''ק מיט הרה''ג ר' צבי מאיר וועט אי''ה פארקומען אין מאנסי

 

findodort » 27/11/2009 20:37

אויך האבן די ארונים אנגעקלעבט די סקווערע סיין אין די ארימיגע גאסן מיט די צדוקים סטיקערס

אינדפנדנט » 29/11/2009 03:35

אויב איז אמת וואס די זאליס פארקויפן אז הרב זילבערבערג פילט זיך נישט גוט דעמאלטס פארוואס האט ער אריבערגעטראגן דעם שבת קיין מאנסי?

אלא מאי זעט מען פון דעם אז די אהרונים זענען גערעכט און די זאליס זענען די זעלבע אלטע שקרנים.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 29/11/2009 04:15:00

איזראלי » 29/11/2009 13:57

עס קען פשוט זיין אז די לופט אין מאנסי איז בעסער ממילא דארט איז ער נישט פארקילט

טראק » 30/11/2009 09:04

הרב זילבערבערג איז געווען שבת אין מאנסי, ב"ה ער האט גערעדט... נישט געווען פארקילט...

מארגן זאגט ער א דרשה אין פאפא ביהמ"ד אין ווילי.

איצט דארפן די זאליס באקן א פרישע תירוץ פארוואס ער האט געקענסלט זיין שבת אין ווילי.