קענען זיי טאקע נישט נאכקומען דעם "ריזיגן פארלאנג" פון די אריזאנע ווייץ?
א חבר מיין'ס אין קרית יואל האט זיך מיר באקלאגט אז מ'נעמט אים נישט צוריק היי יאר אין די מצה בעקערי, ער איז פארשטייטזיך געווען זיכער אז ער איז די פראבלעם ווי געווענליך ווען מ'זאגט אויף א ארבעטער, אבער אין ביהמ"ד איז ער שוין געוואויר געווארן עפעס מער פון דעם, נעמליך ער איז גארנישט די איינציגסטער, אפשר 8-9 ארבעטערס וואס ארבעטן שוין דארט עטליכע יאר ובתוכם ארונים וואס מ'נעמט אויך נישט צוריק, ער זאגט מיר נאך עפעס, היי יאר גייט מען ארבעטן ביז 4 נאכמיטאג אנשאט פאראיאר ביז 5 (די ערשטע העלפט סיזען) און אויך גייט מען היי יאר אנהייבן א וואך שפעטער ווי פאראיאר.
עטס געדענקסט נאך אוודאי ווי די בלאט האט געבלאזן אז היי יאר גייט מען אנפאנגן תיכף נאך סוכות ''צוליב'ן שווערן פארלאנג"...
(ער האט מיר מיטגעגעבן די טעלעפאן נומבער פון די מנהל'ס אפיס ר' אייזיק לעווי, אויב איינער וועט וועלן עס באשטעטיגן צו ס'איז אמת זאל קענען לייכט אריינרופן (טעלעפאן נומער'ס פארוואספארא סיבה איז פארבאטן לויט די תקנות הפארום פון גאנץ "הייד פארק") (אבער ביטע נישט קיין פאני קאל'ס ווייל ער איז נאר א ארבעטער)

תוקן על ידי המהדרין ב- 23/11/2009 22:01:38