היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אמאליגע ווילי - וואגנער געשטארבן

אמאליגע ווילי - וואגנער געשטארבן

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2722747

טראק » 23/11/2009 20:59

ווילי האט היינט פארלוירען א חלק פונעם אמאליגען אלטן גלאנץ, ווען עס איז נפטר געווארן וואגנער ע"ה וואס האט געהאט די פרוכט געשעפט אויף ליע עוו. צווישען ראס און ווילסאן.

אוי ווי זיס איז די געשפט געווען, ווען אימער איך האב מיך צוריק געבענגט צו די אמאליגע אלטע צייטן, בין איך צו וואגנער אריין א טאמאטע קויפן, און געשפירט ווי די זייגער דרייט זיך צוריק מיט א 40 יאר, די טאמאטע האט געהאט אן אנדערן טעם.

לויט ווי מען שמועסט האט אים א ניס אוועקגעלייגט, זי האט אים ממש געקידנעפט פאר א 2 וואכן צוריק פון סטאר, און אים געטראגען איבער צו שרייבען די הויז, און ער האט נישט געהאט די מעדעצינען האט אים עס געקאסט דאס לעבן.

ווייסט איינער מער אינפארמאציע?

rebyankel » 23/11/2009 23:44

די ניעס פלעגט זיך אלס אפגעבן מיט אים,