מען דארף א טראכט געבן די רשעות וואס מען האט קיינמאל נישט אפגעשטעלט, און נאך עד היום גייט עס אן באונס או במזיד, רביה"ק זי"ע האט געהאט דריי טעכטער וואס זענען ל"ע אועק אינגערהייט, נישט איבערלאזענדיג קיין דורות און קיין זכר נאך זיי, מרת חי' רויזא, מרת אסתר, מרת רחל.
א נאמען געבען און פאראייביגט א לע"נ, האט מען נאר נאך צוויי, בית רחל, בית אסתר, אבער פאר די עלטסטע טאכטער בית חי' רויזא נישט.
סאטמאר האט בנינים לרחצה אויף דער גאנצער וועלט, תלמוד תורה, מיידל שולע, בתי מדרשים, קעמפס, כוללים, ישיבות, גמ"ח, ביקור חולים, שמחה זאלן, מקואות, וכו', אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעקוואד, בעסוואטער, לאנדאן, אנטווערפן, מאנטשעסטער, מאנטריאל, ארגענטינא, בני ברק, ירושלים, אלעד, און נאך, אבער קיין איינע פון די בנינים, צו אפילו אין די בנינים, געפינט זיך נישט די נאמען פון מרת חי' רויזא, לא יפקד ולא יזכר.
פארוואס? דאס איז א שטיק רשעות וואס איז אומעגליך צו באשרייבן, נאר אזוי פיל אפען שפיץ גאפל, די נאמען חי' רויזא איז חזיר טרייף געווען ביי...? און אירע מענטשן פירן נאך עד היום קריג מיט אלע כוחות אויסצורייסען איר נאמען, און ווער עס האט נאר געוואלט מאכן א זכר פאר די צדיקת חי' רויזא איז גלייך געווארן א שייגץ טמא, און גערוידפט עד חרמה, און זיכער האט מער נישט באקומען קיין בעכער ביי די בר מצוה, און לייכטערס ביים חתונה מאכן.
עס איז שוין די העכסטע צייט מען זאל אפשטעלן די רשעות, און מען זאל אנהייבען א נאמען געבן נאך איר, א מיידל שולע, בית המדרש וכו'.
פארוואס האב איך מיך דערמאנט איצט, ווייל די מוסרים מלשינים פון קרית יואל, וויינען און שרייען אז מען וויל רח"ל אויסרייסען די נאמען פון הרבנית מסאטמאר ע"ה, און מען וויל נישט פאלגן איר הייליגע צוואה, מען וויל אפשפארן די ביהמ"ד וואס שטייט לעילוי נשמתה.
איז אזוי, ווי איך הער איז זייער שרעק אינגאנצען אומזינסט, און א פאלטשע געוויין, ווייל קהל יטב לב פלאנט אי"ה טאמער וועט צוריק איבערנעמען די גע'גנב'טע הויז, וועט מען ווייטער לאזן רוב חלק פאר א ביהמ"ד, צו היכל טישן וכו', וואס וועט ווייטער זיין לע"נ הרבנית ע"ה, איר נאמען זאל ווייטער זיין צום געדענקען, לעילוי נשמתה בעולם העליון, חוץ דעם איז דא צענדליגע בנינים וכו' וואס הייסן נאך איר און איז לעילוי נשמתה.
און ארגסטן פאל, אז איר נאמען וועט אראפ גיין פון א קרעטשמע וואס מען רעדט דארט צוזאם א גאנצן טאג כל דבר אסור, און מען טוט דארט כל פעולות שבעולם אונטער צו ברענגען די מוסדות און קהלות וואס רביה"ק זי"ע האט אויפגעשטעלט, און אלע מוסרים ומלשינים מסרבים לדין זיצן דארט און שטיפען דעם טאג, וועט עס נישט שאדן טאן פאר איר נשמה בעולם העליון.
אבער און די זעלבע צייט זאל מען דארט אויך מאכן א שטיבל ללימוד התורה לע"נ הרבנית הצדיקת מרת חי' רויזא הי"ד, אז איר הייליג נאמען זאל אויך זיין צום געדענקען, און אלע זכותים זאל גיין לטובת איר הייליגע נשמה.
פארוואס וויינען נישט די מוסרים ומלשינים אז די נאמען פון חי' רויזא האט מען אויסגעריסען?
פארוואס וויינען נישט די מוסרים ומלשינים אז נאך עד היום ארבעטן זיי מיט אלע כוחות אויסצורייסען איר הייליג נאמען?
ת.נ.צ.ב.ה.
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 29/11/2009 07:00:12

