היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » השתדלות והרבו תחינה, השתתפות פון טאהשער רבי'ן מוטל בספק

השתדלות והרבו תחינה, השתתפות פון טאהשער רבי'ן מוטל בספק

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2720655

נפל » 19/11/2009 16:57

אי"ה קומענדיגען מוצאי זאת חנוכה זינטאג נאכט וועט אין קרית טאהש געפראוועט ווערן די חתונה פון די 2 עלטעסטע איר אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מטאהש שליט"א. די רבי געפינט זיך יעצט אויף דאטשע און עס איז מוטל בספק אויב די כוחות פון רבין וועלן אים ערלויבן זיך משתתף צו זיין ביי די גרויסע שמחה.

השתדלו והרבו תחינה ובקשה לפני מלך רם ונשא
מרן משולם פייש בן צירל

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/11/2009 08:06:13

איש_גמזי » 20/11/2009 01:49

נפל שרייבט
 
עס איז מוטל בספק אויב די כוחות פון רבין וועלן אים ערלויבן זיך משתתף צו זיין ביי די גרויסע שמחה.

הרה"ק מ'טאהש געפינט זיך ב"ה אין א גוטע געזינט צושטאנד, די ספק צו די רבי וועט קומען אויף חנוכה און די חתונה איז נאר וועגן און קרית טאהש איז זייער שטארק פארשפרייט די מאמפס וויירוס ווי א גרויסע צאל איינוואוינער (אריינגערעכנט טאהש'ע רב ר' אלימלך) זענען נעבעך אנגעשטעקט מיט די וויירוס, און אזויווי די רבי'ס דאקטער האלט אז עס איז נישט גוט אז די רבי זאל נעמען די פלוי שאט ווייסט מען נאך נישט איוב די רבי וועט קומען צו פארן צו די גרויסע חתונה.
ר' נפל מתפלל זיין פארן טאהש רבי'נס געזינט איז שטענדיג וויכטיג אבער מען דארף נישט איבערשרעקן דעם עולם מיט א אזא קעפל ווי כאילו עפעס ספעשל גייט פאר מיט די טאהש'ע רבי זאל זיין געזינט

 

איש_גמזי » 20/11/2009 02:10

דא האט איר א בילד ווי הרה"ק מטאהש פירט ראש חודש טיש נעכטן מיטוואך און פלארידא ער איז ב"ה ביי די כוחות
[בילד – נישט אפגעהיט]

בלומבערג » 22/11/2009 02:15

נפל טייערער מיר פארשטייען אז די ביסט א חסיד פון טאהשער רבי שליט"א ה' יאריך שנותיו בבריאות השלימות אבער מיר חבירים ווייסען פונקטליך אלע אנטוויקלונגען און טאהשער שטעטעל נאר מפני כבוד פון הרה"ק שליט"א איז השתיקה יפה ממילא זוך ניש יעדען טאג א נייע אשכול פון טאהש

עס דערמאנט מעך די תקופה פון קאשוי סוף די לעצטע פאהר יאהר האט מען פאר יעדען יומא דפגרא גיהאנגען בקשו רחמים צעטלעך אפשר וועט איינער זיך דערמאנען אז עס עקזיסטירט

כלל ישראל איז מתפלל לקיים בנו חכמי ישראל ובתוכם הרב ר' משולם פייש בן צירל חזק כוחו  ויתחדש כנשר נעטריו ויזכה לקבל פני משיח צדקינו עם כל צדיקי הדור וכל ישראל אמן

SatmarBum » 29/11/2009 07:26

עס איז דא שמועות אז הרה"ק וועט בלייבען אין פלארידע אין נישט אהיים קומען צילוב א אנדערע סיבה. (נפל דרייט א קאפ.... אז איז נישט געזינט... ער איז ב"ה געזינט אין פריש!) דער פראבלעם איז אז די "מאמפס" וויירוס איז זייער שטארק פארשפרייט אין קרית טאהש אין אבד"ק מייליך טאהשיר וואס איז דער שבת געווען אין קרית יואל האט פאר צוויי וואכען געלעגין אין בעט מיט דעם קרענק אויך!! איז דעריבער האט מען מורא אהיים צי ברענגען דעם רבין אז ח"ו ער זאל דאס נישט כאפען פון עולם צי פון "בנו חביבו"... אין דער דאקטער לאזט נישט געבען פארן רבין די "נידעל" קעגין די מאמפס וויירוס. "בקשו רחמים"
בילדער פון רבין שפאצירען געזונט אין פלארידע. "חסדי השם"

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי SatmarBum ב- 29/11/2009 07:39:05

nys10952 » 29/11/2009 21:58

ב"ה

ארגינעלער » 29/11/2009 21:59

נפל די מיזט טוישן דיין ניק בלליב מיט די זעלבע
מיין נישט אז יעדער איז זאלי אין כאפט נישט דיינע פערדרייען

גוגול » 29/11/2009 22:04

לויט ווי עס הייסט יעצט וועט הרה"ק מטאהש יא אהיים קומען אינמיטן חנוכה און די חתונה,

סאטמער-באם דיין פיקטשער (די צווייטע) איז זייער שיין אבער עס איז נאך פון פאריאר,

נפל » 29/11/2009 22:06

ווען צוויי ארוינים זעצן זיך ארויף אויף מיר און קומען צו גייען מיט זייערע געבעקסן ווער איך נאך נישט קיין זאלי

בלומבערג די פיקשטער פון מונקאטשער רב אינטער דיין ניק האט דיר נישט געהאלפן שטעלן א פנים אז די ביסט א מונקטשער, איך דארף נישט אנקומען צו דיינע סארט דריידלעך, די האסט א אהנונג אין טאהש בערך אזוי ווי אין מונקאטש.

די פראבלעם מיטן רבי'נס זיך משתתף זיין ביי די חתונה איז נישט די געזינט צושטאנד פונם רבין, די פראבלעם איז די נסיעה'ס אהין און צוריק.

דרך אגב עס איז נאך אלס נישט זיכער אז די רבי וועט זיך משתתף זיין, אזוי אויך איז אין די טעג געקומען די בשורה אז די טאכטער פון הגה"צ אב"ד קהלות טאהש שליט"א וועט גיין אינטער די חופה אנפאנג אדר בשעה טובה ומוצלחת.

געזינט » 29/11/2009 22:15

בלומבערג כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עס דערמאנט מעך די תקופה פון קאשוי סוף די לעצטע פאה יאהר האט מען פארי עדען יומא דפגרא גיהאנגען בקשו רחמים צעטלעך אפשרוועט איינער זיך דערמאנען אז עס עקזיסטירט


איך וויס נישט וואס קאשוי שטערט דיר דא, אבער אז די שרייבסט וועל איך דיר ענטפערן, איך האב געפרעגט איינע פון די קאשוי רב'ס נאנטע וועגען דעם נאך ווען ער האט געלעבט. האטער מיר געזאגט אז מען לייגט קיינמאל קיין צעטלעך סתם אזוי נאר ווען ער איז אריין און שפיטאל אדער ער האט געהאט א אפעראציע (וואס ליידער די לעצטע פאר יאר האט ער געהאט זייער אסאך(אפילו קליינע אפעראציע))





תוקן על ידי געזינט ב- 29/11/2009 22:21:34

איש_גמזי » 29/11/2009 22:44

ר' נפל ווען די שרייבסט אז בלומבערג האט א אנאנג וואס עס טוט זיך טאהש פינקט ווי און מונקאטש מיין איך אז די ביסט אויך א מונקאטשער ווייל לויט ווי די באשרייבסט כסדר וואס עס טוט זיך אין טאהש בפרט ווי די שרייבסט די  טאהשע היסטערי (אויף א אנדער פלאץ) זעהט מען אז די האסט קיין אנאנג נישט וואס עס איז פארגעקומען דורכאויס די מחלוקה אין טאהש! ווען איך וועל האבן מער צייט וועל איך אי"ה אויפווייזען אלע דיינע שקרים.

נפל » 29/11/2009 22:55

איש גמזי, איך האב א מנהג נישט צו ענטפערן אויף אזעלכע סארט אטאקעס.

איש_גמזי » 29/11/2009 23:02

ווען איך האב נישט וואס צו ענטפערן האב איך אויך אזא מינהג

nys10952 » 29/11/2009 23:16

איש_גמזי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווייל לויט ווי די באשרייבסט כסדר וואס עס טוט זיך אין טאהש בפרט ווי די שרייבסט די  טאהשע היסטערי (אויף א אנדער פלאץ) .

ווי שרייבט ער?

נפל » 29/11/2009 23:16

האסט זייער ריכטיג אויפגעכאפט די נושא, חוץ O Yes האב איך נישט וואס צו ענטפערן און איך האלט זיך נישט ביים אריינלאזן מיט דיר אין א קינדישע O Yes O No געים...

איין זאך קענסטו זיין זיכער אז אויב איך בין נישט א טאהשער חסיד דאן האט טאהש נישט קיין חסידים...

ווייל אויב די ביסט נישט א סאטמארער דאן האט סאטמאר נישט קיין חסידים...

מען ווערט נישט יא אדער נישט דורך דיין גוטהייסונג...

rebyankel » 29/11/2009 23:31

געזינט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עס דערמאנט מעך די תקופה פון קאשוי סוף די לעצטע פאה יאהר האט מען פארי עדען יומא דפגרא גיהאנגען בקשו רחמים צעטלעך אפשרוועט איינער זיך דערמאנען אז עס עקזיסטירט

איך וויס נישט וואס קאשוי שטערט דיר דא, אבער אז די שרייבסט וועל איך דיר ענטפערן, איך האב געפרעגט איינע פון די קאשוי רב'ס נאנטע וועגען דעם נאך ווען ער האט געלעבט. האטער מיר געזאגט אז מען לייגט קיינמאל קיין צעטלעך סתם אזוי נאר ווען ער איז אריין און שפיטאל אדער ער האט געהאט א אפעראציע (וואס ליידער די לעצטע פאר יאר האט ער געהאט זייער אסאך(אפילו קליינע אפעראציע))

 


כ'געדענק אז די לעצטע פאר יאר פלעגט לויפן א עד אין די צייטונג (קען זיין אז אינעם שמיציגען צייטונג אויך, כ'ווייס נישט) בערך בזה''ל:
דארפט איר א ישועה וכו' כאפט אייך אריבער קיין קרית קאשוי פארעסט היללס צו הרב וכו מקאשוי שליט''א וכו'
א ווען פארט יעדן טאג פין.... רופט..

ווער עס קען זאל ביטע פאוסטען א קאפיע פין דעם.

אדמיראל » 29/11/2009 23:34

נפל האט אגאנדע צי באשמיצען דעם טאהשער רבי'ן

rebyankel » 30/11/2009 00:01

זעהט אויס אז טאהש גייט נישט אין שפאן

געזינט » 30/11/2009 00:46

ר'יעקל : אנשאלדיגט איך האב דאס געוואלט ארויס ברענגען, אין דאס האב איך אים געפרעגט.. האט ער מיר געזאגט אז דאס האט גארנישט מיט קאשוי, עס האט מיט איינם ראזענפעלד וואס וויל מאכען אפאר דאללער (געהערט פון א יוד וואס איז געפארען מיט אים בשעת קאשוי רב איז געווען און שפיטאל שוין 2 טעג און ער האט נישט געוואלט ציריק געבען די געלט) און מענטשן האבען געמיינט אז עס האט מיט קאשוי עפעס, איין זאך יא און עונג שבת איז יעדע וואך געווען א קליינע קעסטל אינטן דאס איז געווען ווייל די בה"ב פינעם עונג שבת איז א קאשויער

rebyankel » 30/11/2009 01:02

בקיצור אויפן יעדע עד פין קאשוי האסטו 'עפעס' א תירוץ
די לייקענסט אז קאשוי האט געטרייט צו מאכען קינדידשע PR?

SatmarBum » 15/12/2009 00:16

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אי"ה קומענדיגען מוצאי זאת חנוכה זינטאג נאכט וועט אין קרית טאהש געפראוועט ווערן די חתונה פון די 2 עלטעסטע איר אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מטאהש שליט"א. די רבי געפינט זיך יעצט אויף דאטשע און עס איז מוטל בספק אויב די כוחות פון רבין וועלן אים ערלויבן זיך משתתף צו זיין ביי די גרויסע שמחה.

השתדלו והרבו תחינה ובקשה לפני מלך רם ונשא
מרן משולם פייש בן צירל



נפל וואס שלאפסטו!!! איך האב פאר דיר געוואלדיגע נייעס:

KolTosh: Kiryas Tosh: Burich Habuh! Rabieny Hrh"k M'Tosh Shlita came Now Home from Florida Lbieso Nuavu Koidesh, Hadlukas Hanieros Tonight 9:30pm




תוקן על ידי SatmarBum ב- 15/12/2009 00:16:11

SatmarBum » 22/12/2009 10:19

אדמיראל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נפל האט אגאנדע צי באשמיצען דעם טאהשער רבי'ן

ברוך השם וחסדי השם אדאנק נפלס תפילות אין מעורר רחמים געוועהן האט מען זוכה געוועהן אז הרה"ק מטאהש שליטא איז צפעציעל אהיים געקומען צילוב די חתונה (אפילו עס איז געוועהן א שרעקליכען ספק...)
די רבי שליטא פארט היינט דינסטאג צירוק 6:30 קיין פלארידע. דא איז אפאר בילדער פונעם דעהויבענער חתונה.
אשרי עין ראתה!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

נפל » 22/12/2009 18:49

די ערשטע 2 בילדער, אויפן רבי'נס רעכטע זייט איז הרה"צ ר' הערשל בן כ"ק אדמו"ר מהאדאס חתן רבינו שליט"א
אויפן רבי'נס לינקע זייט איז הרה"צ ר' אלעזר דוד חתן כ"ק אדמו"ר מהאדאס חתן רבינו שליט"א

די פערדע בילד, לינקסט צו רעכטס

הרה"צ ר' יוסף ירחמיאל כהנא חדב"ן הרה"צ אדבק"ק רבינו שליט"א כ"ק אדמו"ר מהאדאס הרה"צ אב"ד משכנות לאביר יעקב-ר' אברהם כ"ץ חדב"ן. אינגאנצן רעכטס איז משה ראטטמאן משב"ק

SatmarBum » 23/12/2009 03:28

KolTosh: - http://twitvid.com/6B849 - Video of the Tosher Wedding.
C"k Rabieny Hrh"k Shlita leaving Now Kiryas Tosh to Airpot & Florida 9:00pm Flight

SatmarBum » 23/12/2009 19:55

טאהשער חתונה אויפן דעקיל פון "כל העולם כולו"
[בילד – נישט אפגעהיט]

נפל » 23/12/2009 20:07

איך האב געהערט פון רבי'ן:

ווי א גרעסער צדיק אויפן בילד אלס גרעסער איז די טמאה רח"ל

SatmarBum » 23/12/2009 21:44

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב געהערט פון רבי'ן:

ווי א גרעסער צדיק אויפן בילד אלס גרעסער איז די טמאה רח"ל


דא קענסטי זעהן ווי שטארק דיין רבי האלט פון בילדער... עס ווערט געזעהן משב"ק משה רוטמאן.

[בילד – נישט אפגעהיט]

נפל » 23/12/2009 22:16

די ביסט א שטיקל עם הארץ... די בליד איז אין אונגארען, די רבי האט גערעדט וועגן זיין זיידע, די בליד איז גענומען געווארן ווען די רבי איז געשטאנען הארט נעבן די הויז ווי זיין זיידע האט געוואוינט און די רבי האט אנגעוויסן לויט די פענסטער, דא איז געווען די קאך און דא האט די זיידע געלערנט וכו', די תנועה מיט די הענט האט קיין קשר מיט די בילד...

גוגול » 24/12/2009 01:04


נאך פיקטשערס פון די חתונה



[בילד – נישט אפגעהיט]

גוגול » 24/12/2009 01:21


[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarBum » 28/1/2010 21:42

בשורה טובה!

KolTosh: Just In: C"k Rabiny Hrh"k Shlita will Return Home from Florida Parshes Terimah for Chasina of Bas Av"d Tosh Shlita w/Ben Av"d Nanash Shlita.



[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]





תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 29/01/2010 01:01:01

SatmarBum » 10/2/2010 07:45


נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דעם שבת קומט פאר די אויפרוף פון החתן צוקומפטיגער איידעם פון הגה"צ אבדק"ק טאהש שליט"א און בן הרה"צ אב"ד נאנאש שליט"א אין וויליאמסבורג, חסידי טאהש וועלן זיך משתתף זיין ביי די באווארפן און בפרט ביי קידושא רבא נאכן דאווענען.

נפל פארוואס איז דער חתונה נישט מוטל בספוק אז דער רבי קומט אהיים פון פלארידא זיך צו באטייליגען?

זעהט אויס אז ווען די בני לוי מאכען חתונה איז נישט דא קיין שום ספק....

די ראטמאן פארטיי מאכט זעכער אז די רבי פילט זייער גוט אין עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם מיט אהיים ברענגען

די רבי פון פלארידא. אבער ווען פיש האט חתונה געמאכט צילוב מורא אז ער איז א שטארקע קאנדידאט קעגין

מייליך טאהשער ביי עם האבען זיי געשפילט קינצען מיטן רביןס השתתפות.... המבין יבין....

SatmarBum » 19/2/2010 12:42

שמחת בית הרה"ק מטאהש
טראץ נפלס ספק.... האבען טאהשער חסידים זוכה געוועהן צי השתתפות פון רבין ביים חתונה!!
"מה מראה הוד" ותחזנה עינינו "והיה עיניך ראות מוריך" הרה"ק סבא קדישא מטאהש ביי
די דערהויבענדיגע ריקודין של מצוה. עם בנו הגה"צ אבד"ק טאהש שליט"א.

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarBum » 11/3/2010 22:26

ווער געדקט נאך דעם אשכול....? קען מען גלייבען נפלס נאמונית איבער טאהש....?

ליין דא שטייט קלאר הרה"ק מטאהש אויף רעספאריעטער זיי ווייסען בעסער ווי נפל:

http://matzav.com/tehillim-gathering-in-tosh-for-tosher-rebbe

Tehillim Gathering in Tosh for Tosher Rebbe

Thursday March 11, 2010 12:30 PM - One Comment

tosher-rebbeAt the present time, 12:30 EST, a gathering is being held in Kiryas Tosh, Canada, to recite Tehillim for the Tosher Rebbe, Rav Meshulam Feish Segal-Lowy, who is in critical condition.

The Chassidic community of Tosh is located in Kiryas Tosh, Quebec, Canada, outside of Boisbriand, a suburb of Montreal. The Rebbe, one of the oldest admorim in the world, leads his kehillah there and has botei medrash in Boro Park, Williamsburg, Brooklyn, Kiryas Yoel, Monsey and London. He is renowned for his tzidkus, dikduk b’mitzvos and intense avodas Hashem.

The Rebbe recently traveled from his winter home in Florida and was greeted by hundreds of Chassidim as he returned to Tosh to celebrate the wedding of his granddaughter, a daughter of the rov of Kiryas Tosh, Rav Elimelech Lowy. The Rebbe, Rav Meshulem Feish ben Tzirel, fell into critical condition after suffering from pneumonia, and is currently on a respirator.

May he have a refuah sheleimah kekarov.

{Dovid Bernstein-Matzav.com Newscenter}

allgood1s » 11/3/2010 22:45

דעמאלטס האט נפל געהאלטען עס מער וויכטיג צו זאגן תהלים ווי יעצט

SatmarBum » 9/5/2010 21:12

חסדי השם! הרה"ק מטאהש שליטא איז יעצט אהיים געקומען לביתו נאוה קודש אין קרית טאהש

SatmarBum » 10/5/2010 01:29

SatmarBum כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]































תוקן על ידי SatmarBum ב- 10/05/2010 01:32:52

SatmarBum » 25/5/2010 07:31

שמחת התנאים לבית "טאהש-קרעטשניף" נעכטען נאכט


[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]





תוקן על ידי SatmarBum ב- 25/05/2010 07:34:56

SatmarBum » 25/5/2010 11:32

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

אין דעם בילד קען מען זעהן ווי משה גאבי (ראטמאן) קוקט שטרענג אויף די פאטגאראפיר.... והמבין יבין!



תוקן על ידי SatmarBum ב- 25/05/2010 11:35:58

SatmarBum » 11/6/2010 21:06

שמחת בית טאהש יום ב בהשתתפות הרה"ק מ'טאהש שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי SatmarBum ב- 11/06/2010 21:10:14