כ''א כסליו ב' וישב תש''ע
90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2720334
די הכנות זענען שוין אין פולסטען ברען צו גרויסען מעמד סעודת הודאה ודינער השנתי כ''א כסליו תש''ע לפ''ק
ביטע באריכטען דא אלע אפדעיטס בנוגע דעם גרויסען אווענט והמסעתף
דער יערליכער אווענט וואס דינט אלס אזא גרויסער כינוס לצדיקים ואנשי מעשה אינאיינעם מיט בעה''ב ואבריכם פין סאטמערע תלמדים אין תומכים וועט היי יאר כ''א כסליו געפאלען ליל ב' וישב הבעל''ט.
אין די עסקנים גייען שוין ארום אין די הייזער פין סאטמערע יודן
אין מ'בעט דעם עולם, יעדער זעהט וואס מ'האט דא באוויזען אויפצושטלען אין די פאר יאר, מיט א זעלטענע סייעתא דשמיא עד להפליא, אין די קורצה 3 יאר, זינט מ'האט עס איבערגעפרישט האט זיך שוין דער מספר התלמידים כמעט געדאפעלט בליעה''ר,
אין סיי די איכות פין די וומ''ס מוסדות וואס איז ב''ה גיט מפורסם, סיי די ת''ת אין סיי די בית רחל וועלכע דינען ווי א וועג ווייזער פאר אנדערע. - טראץ וואס קיינער האט נאכנישט באוויזען עס נאכצומאכען.
דאס וואס אזא מוסד מיט אזעלכע גרויסע פראיעקטן בכמות ובאיכות זאל קענען אנהאלטן צו צאלען צייטליך פאר די איינגעשטעלטע ממש וועכענטליך, איז נאכנישט געווען אין די סאטמערע היסטאריע, אין דאס גיבט גאר אסאך צו צי די איבערגעגבנקייט פין די איינגעשטעלטע וואס יעדער מבית ומחוץ קען עדות זאגען דערויף ב''ה, כן יעזור להלאה.
אין די פירות דערקענט זיך ב''ה שטארק,
עס וואלט געפאדערט א לאנגע ארטיקעל אפצושרייבען די אימגעהויערע ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט אין יעדן ברענטש ביי די מוסדות הק', אבער כ'וועל עס לאזען פאר די וואס פארשטייען דערצו מער ווי מיר.
וואו גייען די ארונים היי יאהר אפרעכטן די סעודת הודאה ?
די סעודת הודאה כ"א כסליו וועט אי"ה היי יאר געפראוועט ווערען אין די ריזיגע זאל פין סטיינערס סטודיא אין די ברוקלין נעווי יארד אין וויליאמסבורג,
א זאל אדער א טענט?
עס גייט זיין אינעם גרעסטן זאל פון סטיינערס סטודיא.
זיי האבן דארט אסאך זאלן, די זאל ווי עס גייט זיין כ"א כסלו איז אפאר זאלן אינאיינעם וואס האט פארעדיגע ווענט און צוזאמען איז עס גרויס בערך 43000 סקווער פיס, און אן קיין איין פאול.
די זאל האט גאר אסאך מעלות, עס קומט אויס וויייניגער ווי האלב פרייז פון מאכן א טענט, די דאך איז הויעך בערך 50 פיס, און עס איז אין ווילי.
אז מען רעדט שוין יא, דארף מען דא געבן א דאנק פאר משה דוד נדיערמאן UJO וואס האט געהאלפן שטיינער סטודיא, צו קענען בויען דא אין ווילי זייער סטודיא, אזוי כאטשיג איין גוטע זאך איז ארויסגעקומען דערפון, אשריך משה דוד.
ווער געדענקט נאך די מערכה וואס "נידערמאן" האט געפירט "אפען טיש" און עס געשטיצט אונטרן טיש.
מיר האבן אלע געגעבן געלט צו באקעמפען די שרעקליכע מואווי סטודיא, וואו איז דאס געלט געגאנגען?
ווער האט באקעמפט?
מ'האט געבויט א שיינע הויז אינדרויסן פון קרית יואל... און מיר האבן באצאלט דערפאר !
ווי געפעלט אייך דאס?
לויט ווי מען שמועסט דא אויף הייד פארק איז דא א שטיקל מחלוקה ווי די סעודה גייט פארקומען.
איך וועל מאכן א סך הכל.
יונה: האצטעפלאצטע פלאזא מיט איבער אהאלב מיליון סקווער פיס
פארשטיי: מ'גייט פארן מיט א טשאטשא טרעין זכר לנס
truefacts: אין שטיינער סטודיאו
פארמעגליך: אין ביהמ"ד הגדול אויף בעדפארד
כ'האב הנאה אז ענדליך וועט מען האבן א נארמאלע זאל, און מ'וועט נישט מוזן פארן און זיצן אין א גרויסן טענט
| נפל כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | לויט ווי מען שמועסט דא אויף הייד פארק איז דא א שטיקל מחלוקה ווי די סעודה גייט פארקומען.
איך וועל מאכן א סך הכל.
יונה: האצטעפלאצטע פלאזא מיט איבער אהאלב מיליון סקווער פיס
פארשטיי: מ'גייט פארן מיט א טשאטשא טרעין זכר לנס
truefacts: אין שטיינער סטודיאו
פארמעגליך: אין ביהמ"ד הגדול אויף בעדפארד |
|
אינעם קינדערישען פארום וואלסטו געווען די העלד פין טאג פאר אזא גיטס, כ'מיין זאלסט עס דארט אויף פאוסטען
| לאעליכם כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | כ'האב הנאה אז ענדליך וועט מען האבן א נארמאלע זאל, און מ'וועט נישט מוזן פארן און זיצן אין א גרויסן טענט |
|
די טענט איז נישט געווען אזוי געפערליך ווי די לייגסט עס אראפ, ס'האט זיך געשפירט גאנץ באקוועם, ס'פארט נישט געווען די סחורה'נע טענט
אבער דאך איז א פארמאכטע בילדינג א שטארקע מעלה, ספעציעל אז מ'דארף נישט פארען אזוי ווייט, אין ס'קומט אויס אסאך ביליגער, כו'
אין קווינס זעהט זיך שוין אן די הכנות צו כ''א כסליו
מ'האט שוין געשיקט די בחורים רייסען צעטליך
נעבעך!
סאיז שקר אז די זאלונישע בחורים רייסן די צעטלעך
די הנהלת הישיבה אין 82 האבן שוין מיט 3 יאר צוריק אפגעמאכט אז עס איז א שאד צו ספענדן געלט אויף די אלע קאלירטע מודעות אזויפיל וואכן פארן דינער, וויבאלד די אהרונים דערמאנען שוין דעם עולם עס קומט כ"א כסלו...
די מעלדונג וואו עס וועט זיין איז צייט צו מעלדן א וואך פארן דינער
אט אזוי שפארט מען געלט
די אהרונים דערמאנען אלעס די זאליס
זייער פיין דוד'ל
| דוד46 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | |
סאיז שקר אז די זאלונישע בחורים רייסן די צעטלעך
די הנהלת הישיבה אין 82 האבן שוין מיט 3 יאר צוריק אפגעמאכט אז עס איז א שאד צו ספענדן געלט אויף די אלע קאלירטע מודעות אזויפיל וואכן פארן דינער, וויבאלד די אהרונים דערמאנען שוין דעם עולם עס קומט כ"א כסלו...
|
|
ביזט גערעכט די ארוינים רייסען אליין די צטעליך......
וועגן צעטליך, כ'האב פאר דיר נייעס, 82 האט שוין געהאנגען פאוסטער פאר 3 וואכען ציריק, אין זיי האבען געסטאפט...
סיי וויאזוי, ווען 82 זאל מאכען האלב אזוויפיל וויפיל די סאטמערע מוסדות ביי דעם גרויסען דינער, וואלטען זיי שוין געהאנגען - אין אנדערע ווערטער ווען עס איז דא אויף וואס צו ארבעטן ארבעט מען
---------------------
הכונו
כ''א כסליו תש''ע אינעם גרויסען סטיינערס קאמפלעקס
| rebyankel כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] |
סיי וויאזוי, ווען 82 זאל מאכען האלב אזוויפיל וויפיל די סאטמערע מוסדות ביי דעם גרויסען דינער, וואלטען זיי שוין געהאנגען - אין אנדערע ווערטער ווען עס איז דא אויף וואס צו ארבעטן ארבעט מען
---------------------
הכונו כ''א כסליו תש''ע אינעם גרויסען סטיינערס קאמפלעקס
|
|
יא יא, איינער ווייסט אפשר די סיבה פארוואס די אהרונים בויען נישט היי יאר קיין גיגאנטישע טענטס ווי זייער שטייגער? רעב יאנקל איך מעג פארציילן וואס ענקער נייע אדמינסטראטער מרדכי אלעזר הירש האט געסטראשעט?
איינער פארשטייט וואס באלאנד פרעגט?
| true_fact כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | איינער פארשטייט וואס באלאנד פרעגט? |
|
איך פרעג זייער פשוט, אויב האבן די אהרונים אזויפיל געלט געמאכט די אלע יארן, פארוואס לאזט זיי נישט מרדכי אלעזר הירש בויען א גיגאנטישן טענט? וועל איך דיר זאגן, מרדכי אלעזר איז זייער א נארמאלע מענטש און ער האט אויפגעוויזן פאר די אהרונים אז זיי דערלייגן יעדעס יאר אויף די כ"א כסליו חנגאות געלט, אמת טאקע אז עס ברענגט גרויס פ.ר. פאר ר' אהרן וואס לאזט דעמאלס פאלן באמבאסטישע סטעיטמענטס, אבער די מוסדות וואס געפינט זיך אין זייער זייער א שווערע מצב האט גרויס שאדן, דעריבער לאזט ער זיי מער נישט ספענדן די געלטער. פארשטייסט?
באלאנד, דו רעדסט נארישקייטן. איך האב אנגעקוקט די אהרונים ווי לוזערס יעדעס יאר ווען זיי האבן געמוזט בויען א טענט. ס'איז א שטארקע געווינס פאר זיי אז זיי האבן געטראפן א גרויסן בילדינג אין וויליאמסבורג און זיי דארפן נישט בויען א טענט ביים ברוקלין ברידזש.
האבן נישט ענק זאלונים אלעמאל חוזק געמאכט פון די אהרונישע טענטס? אפשר זאגסטו מיר וועלכער אהרוני ס'בענקט זיך צו די גרויסע סחורה'נע געביידעס ווען מען קען האבן א שיינעם גרויסן בנין אין וויליאמסבורג?
אדרבא, דער שכל זאגט אז די אהרונים זענען שטארק צופרידן אז מען דארף נישט גיין היי יאר אין א טענט.
סתם זיך ארויפכאפן אויף לופט ווייל דו ביסט א זאלי און ער איז אן אהרוני איז אויך נישט קיין קונץ.
אוודאי אזוי!
ברוך ה' אז מה'אט געקענט טרעפן א גרויסן בנין אין הארץ פון וויליאמסבורג, (אפיציעל האט אייביג געהייסן אז די זאלי'ס שטערן אלע פריווען צו טרעפן א בנין, וואס איז געשעהן היי יאר מיט די זאלי'ס?,
זיי זענען פארנומען מיט די סקווירא-זילבעבערג שבתים?...)
סאטאפ שפילן זאלי
די ביסט טאקע לא עליכם.
דער בנין אדיר פין די הייעך
באקומען אין אישי
גענומען פין גוגעל מעפס
[בילד – נישט אפגעהיט]
דעם וויק ענד האבען די קווינס בחורים מיט די הילף פין די יונגערע פיטום בחורים ווייטער שווער געארבעט אין געריסען צעטלעך
א רחמנות אויף אזעלכע.
(עס קוקט אויס אז ווער עס גייט רייסען די מערסטע צעטלעך גייט אריינגיין אין א גורל פאר א אימזינסטע חלקה אין פאללאקס לאט)
זוי ווי מ'האט אראפגעונמען מיין אשכול איבער די פאלעטישענס היי יאר כ"א כסלו (מנהל, אפשר ביסטו טאקע מסביר פארוואס?)וועל איך עס איבערשרייבן דא.
די רבי שליט"א האט היי יאר מחליט געווען, אז מ'טאר נישט אויסרופען קיין שום פאלעטישן ביי די מעמד כ"א כסלו. דעריבער איז יעצט דער פלאן אז מ'זאל מאכן א עקסטערע באנקעט פאר די אלע הויעכראנגיגע פאליציי לייט, און די פאליטישענס אפאר שעה פאר די גרויסע מסיבה. די רבי שליט"א האט געזאגט אסאך סיבות, איינע פון די סיבות איז, אז די פאלעטישענס ווייסן סיי ווי די כח פון סאטמאר, די איינציגסטע סיבה פארוואס צו קומען, אז צו ווייזן פאר די עולם, העי! איך בין דא געווען פאר 10 מינוט, שטיצט מיר די קומענדיגע וואלן!. און דאס וויל די רבי שליט"א נישט. במילא ווער עס וויל קומען אן דען וואס ער וועט ווערן אויסגערופען אויפן מייק, יהי' בואו לברכה, ווער נישט, איז נישט.
איך האב א פראגע
פארוואס איז דאס אז אלע ארוינישע כ"א כסלו מסיבות האבן אלע גאסט רעדנערס אין צד השוה,
זיי זענען אלע "ליטוואקס", ברודא, שלעזינגער, שוסטער
איז דאס פערצופאל אזוי?
אדער איז דאס ווייל נאר אזוי הייסט עס א "גאסט" אז א מתנגד רעדט צווישן חסידים?
מיר זיכן נאר תלמודי חכמים, פינטל
יעצט באליידיגסטו אלע חסידים, כאילו ביי זיי איז נישטא קיין תלמידי חכמים.
כ'זעה טאקע דעם עהרענטוי וועם די זאלי'ס ברענגן א מגי''ש אין ווילרייק (כ'האב ח''ו גארנישט קעגן אים, כ'ווייס אפי' נישט ווער ער פינקט ווי כמעט קיינער אין וומ''ס ווייסט נישט)
אין די זאלי'ס פראבירן שוין עטליכע טאג איבעראל מיט א גאנצע ארטיקעל צו מסביר זיין ווי גליקליך זיי זענען צו ברענגן א רעדנער פין 'אנטווערפן', אין אז ער איז אפי' נישט קיין ציוני....
בקיצר די ווילסט מען זאל ריפן ר' אייזיק ספינקער מיטן אראדר ?
אינז זעמיר אין קאנפילקט מיט דיר דעמאלס .
בנוגע די ליטוואקעס (ווי די ריפסט עס, ווייל לויט ווי איך ווייס הרב ברודא איז נישט קיין ליטפאק, אין הג' הר' שלעזניגער איז א בריסקער - געשטימט ליטוויש אבער זייער שטארק מיט אינזער השקפה)
יעדער כ''א כסליו פלעגט מען כמעט אלע יארען ברענגן א 'גאסט רעדנער' פין די פרעמד, (אפי' ביי די זאלי'ס קוק ציריק וועסטו זעהן.
ביי די זאלי'ס האט מען איין יאר געוואלט מאכען א טשעינזש אין ברענגן הג''ר חיים מאיר וואזענער שליט''א אין..... ער איז געווארען פארקילט..)
סעודת הודאה אין ירושלים
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
היינט נאכט
היינט נאכט געפאלט אויס דעם גרויסען טאג כ''א כסליו דער יום הצלה פין רביה''ק וואס האט מציל געווען אינזער דור נאך דעם ביטערן חורבן, דארפן מיר אינאיינעם דאנקען השי''ת אויף די גרויסע ניסים בימים ההם.
ספעציעל דארפן מיר סאטמערע יודן אויסניצען די גלעגנהייט, צו דאנקען הקב''ה אויף די גרויסע חסדים 'בזמן הזה' ספעציעל טאקע אין וומ''ס ווי בעלי בחירה האבען געצילט נאכצומאכען היטלער למחצה ולשליש 'ברחניות' מיטן חרוב מאכען די הייליגע ירושה פין רביה''ק זיין הייליגע קהילה ומוסדותיה', אבער והקב''ה מצלינו מידם ברוב רחמיו וחסדיו.
עס איז הזמן גרמה ווען מ'קומט זיך ציזאם האנט נאכט, אינעם גרויסען סטיינער קאמפלעקס צו דאנקען הקב''ה פאר די אפענע חסדים, צו שטיצען מיט א ברייטע האנט די הייליגע מוסדות אין וומ''ס, וועלכע זענען געגרינדעט געווארען מיט זעלטענע סייעתא דשמיא - ממש מ'קען באלד זאגען חוץ לדרך הטבע, אז אזא מצב האט מען געקענט אויפאיינמאל עפענען אזעלכע גרויסע מוסדות, אין זיי זאלען גאר זיין א מוסטער פאר אלע אנדערע מוסדות סיי די ת''ת אין די בית רחל, וועלכע שמ'ן מיט א זעלטענע כתר שם טוב.
אדאנק די זעלטענע סייעתא דשמיא אינעם זכות פינעם מיסד רביה''ק ז''ל.
כ'הער אז אין ירושלים גייט אויפטרעטן הגאון גאב''ד ראדמישלע פין לאנדאן
1000's Anash starting already arriving to The mega Steiners complax
אין די מינוטן נאך וואס די רבי האט זיך אראפגעזעצט, אין וועסטערן פלאזא [בילד – נישט אפגעהיט]
די לינקע זייט זאל
[בילד – נישט אפגעהיט]הגאון ר' דוד שוסטאל שליט"א קומט אן צים דינער
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
נעבעך זעליג,
אויף צו זעהןן צוואנציג מענטשן דארף איך קיין בילד.
"מעכטיג" איז נישט דאס ווארט פאר די אנדערע פיקטשערס פון אדמיראל, דאס הייסט מענטשן!
רעד אלערט:
באלד קומען צו פליען די באמבאסטישע סטעיטמענטס. בייגטס ענק אראפ.
Satmar Kuf Alef Kislev At Steiner Complex
וויי געוואלד, וועמענ'ס סועסיידעל איידיע איז געווען צו גיין קיין וועסטערן פלאזא?
ווען זיי בלייבן אין בית המדרש הגזולה וואלט מען כאטש געקענט איבערנוצן די מוצאי שמחת תורה בילדער וואס דר. שפיצער האט צוזאמגעשטיקלט מיט 5 יאר צוריק.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/12/2009 09:11:46
שפיצער לעבט נאך, אין ער דארף פרנסה, סאו פין שפיצער'ס פאינט אוו וויאו איז עס געוואלדאוונע
ישר כח קליפ ס'איז זייער שיין
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/12/2009 14:10:57
דער מעמד כ"א כסלו אין לאנדאן
[בילד – נישט אפגעהיט]