דיינע שטותים זאלסטו פארקויפן אין אנדערע ערטער, כ'ווייס נישט פונקט ווי, אבער נישט דא.
עס דערקענט זיך קלאר אז די האסט אינעם גליון "חצר הקודש" נאך אין דיין לעבן נישט אריינגעקוקט.
אלס איינער וואס קוקט יא אריין דערין וועל איך דא מגלה זיין פאר די ליינער, אז ער רעדט דא פוסטע שטותים
סקוירא'ער רבי לעבט גאר פיין מיט זיינע שוואגערס מחותנים וועמען ער באזוכט כסדר, בעיקר פאר די הייליגע טעג.
אין זיי באזוכן ביי אים אויכעט כסדר.
דער סקוירא'ער רבי ווערט אויפגענומען דורך יעדן איינציגן רבי'ן אדער רב אויפן גאנצן כדור הארץ.
אלס א קליין ביישפיל, דער ירושלימ'ער רב יעדעס מאל ער קומט קיין אמעריקא פארשטייט ער אז ער דארף באזוכן ביים סקוירא'ן רבי'ן כאטש וואס ער באזוכט נישט ביי קיין שום אנדערע רבי'ס (חוץ סאטמאר, אויף וועמען די עדה שטייט).
יעדע רבי וואס פארט קיין מאנסי פאר א שבת מאכט א סטאפ ביים סקוירא'ן רבי'ן אין ניו סקווער.
כ'בין זיכער אז דער סקוירא'ער רבי וועט באזוכן ביים סאטמאר'ן רבי'ן מהרז"ל אין ביים פאפא'ן רבי'ן, וועלכע וועלן זיך זיכער פרייען אים אויפצונעמען, זייענדיג איינע פון די מנהיגי הדור אין איז אנגענומען אין אלע קרייזן.
אין בארא פארק איז נישט דא קיין איין רבי וואס נעמט אים נישט אויף, חוץ פון איינער, וועמען די רופסט אן דער גרעסטער רבי אין דער שטאט, וועלכע האט פראבלעמען מיט פילע רבי'ס, און דער סקוירא'ער רבי לאכט זיך אויס, וויסענדיג אז ער איז נאר איינער פון די פילע רבי'ס אויף די רשימה מיט וועמען מען פירט חשבונות.
דער סקוירא'ער רבי איז העכער פון די קינדישע משוגעתן, וועלכע ווערט געפירט דורך אזוי גערופענע 'קלוגע פאליטיקאנטען', וועלכע ווייזן ארויס איינמאל און נאכמאל, אז זייערע חשבונות ברענגט זיי גארנישט א חוץ בזיונות.