היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » א פראסק פאר די זאלי'ס מיט א ציקערל אין די זייט

א פראסק פאר די זאלי'ס מיט א ציקערל אין די זייט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2718967

נפל » 16/11/2009 20:12

נעכטן ביי די שומרי החומות דינער האט דער עולם געשמועסט וועגן די סאטמארע פאליטיק וועגן עדווערטייזן אין דער איד. שומרי החומות האט נישט עדווערטייזד פארט איז די זאל געווען פול און די גבאים זענען זייער שטארק צופרידען פון די נדבות וואס דער עולם האט מיטגעברענגט.

מען האט געשמועסט דארט לכבוד דעם וואס די זאלי'ס האבן אראפגעריסן די דינער צעטלעך פון אלע זייערע שולן אז: די זאלי'ס האבן געטון ארוינישע שטיק...

האב איך צו זיך געטראכט אז דאס איז נישט קיין כבוד פאר די זאלי'ס אבער פארט א ציקערל איז דא דא, אז ווען מען רעדט פון ווילדע שטיק הייסט דאס נאך דערווייל ארויניש.

דוד46 » 16/11/2009 20:17

עס איז שוין דא אן אשכול איבער די דינערס נעכאן נאכט

נפל » 16/11/2009 20:22

עס איז דא א אשכול פון ארגינעלער ווי ער טרייבט ליצנות פון די זאלי'ס מיט תולדות אהרן רבי'ס דרשה

הערשט דערנאך האסטו געפנט נאך א אשכול וועגן זה לעומת זה מיט שומרי החומות אין בארא פארק, עס איז נישט דא א אשכול וועגן די עצם דינער וכו'

דוד46 » 16/11/2009 20:23

דער נייער אשכול רעדט פון "ביידע" דינערס

נפל » 16/11/2009 21:28

דוד יענע אשכול איז "זה לעומת זה"

ביטע ניצן דעם אשכול "נאר" פאר כולל חיבת ירושלים דינער.

מנהלים ביטע טוישן די קעפל צו יערליכע וו"ב דינער כולל חיבת ירושלים

בשמחה_תמיד » 16/11/2009 21:44

איך וויל מער נישט זען קיין גערעדעכץ וועגן פארדרייטע אדער דאפלטע אשכולות, ווער ס'האט עפעס צו זאגן דערוועגן קען עס מיר שיקן אין אישית.

עובר זיין דערויף וועט זיך ענדיגן מיט ווערן אויסגעשלאסן פונעם פארום!