יוסעלע שווארטץ וואס איז חיים הערשלע אויסערן מיניסטער.. פירט אן די מלחמה קעגן די בחורים, יעדען שבת דאווענען די בחורים באנאזאם, אבער די וואך האט ער אפגעמאכט אז ער שפארט אפ דאס פלאץ ווי זיי האבן איצט געדאווענט, און מען גייט נעמען די קליינע בחורים דאווענען אויף אן אנדערע פלאץ. דער חכם מחוכם איז אויפגעקומען מיט א מורא'דיגען פלאן אז ער גייט נישט דערציילען פאר די עלטערע בחורים ווי די קליינע גייען דאווענען, אזוי האט ער געטאן און שטרענג אנגעזאגט די קליינע בחורים אז זיי זאלן נישט דערציילען ווי מען גייט דאווענען די וואך שבת.
פארשטייט זיך די עלטערע בחורים זענען געוואויר געווארן פונעם גרויסען סוד... אינמיטען שטילע שמונה עשרה פרייטאג צונאכטס האבן זיי אויפגעבראכען די טיר ווי די קליינע בחורים האבן געדאווענט, זיי האבן געכאפט יוסף שווארטץ און אים שווער אנגעמקלט די ביינער, מיט שווערקייטען האט ער זיך ארויס געראטעוועט פון זיי און אנטלאפען מיט די נשמה אין די האנט.
די עלטערע בחורים האבן געמאכט פונעם ביהמ"ד א חורבן צובראכען און צוקנאקט וואס עס איז זיי געקומען אונטער די האנט.
איצט האט ר' חיים הערשלע געגבען א היתר פאר יוסף שווארטץ צו גיין מסר'ן די בחורים ביי די משטרה.
דאס איז שוין נאכדעם וואס חול המועד האבן די בחורים שווער צוקלאפט און אויסגעבראכען 2 שיניים פון חיים הערשלע גבאי יצחק ווייס.