היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » פארוואס זאלן מיר אליין שטיצען אינזערע שלעגער'ס?

פארוואס זאלן מיר אליין שטיצען אינזערע שלעגער'ס?

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2718896

ychtzel » 16/11/2009 17:21

פארוואס זאלן אנ"ש קויפן זאכן וואס האבן די הכשר פין וועד הכשרות אין קרית יואל?
 
ווי יעדער פארשטייט ווען א מענטש מאכט א אייטעם צי פארקויפן נעמט מען צונזאם אלע הוצאות אין לויט דעם לייגט מען א פרייז אוין דע אייטעם
 
יעצט ווען איר קויפט א אייטעם וואס האט די טאמענע הכשר פין וועד הכשרות שטיצט איר דע רשעים דע אזוי געריפענע קהל יטב לב -ק"י!!!!!
 
פארוואס ווען איר ספענדט אויף אייער גראסרי זאלט איר נעמען א חלק אין אלע זייערע רשעות אין גניבות?
 האט איר אריין געטראכט אז פין אייער געלט צאלט מען פאר די לויער'ס צי קענען גנב'ן אינזער בית החיים!!!!!!!!
 אין צינעמען אינזערע בתי מדרשים!!!!
 פארוואס זאלט איר נעמען א הויפט חלק אין דע אלע רשעות!!!!!!!!!!

 
איך גיי בכלל נישט אריין אין דע נושא אויף פטרלאזט איר זיך ווען איר ניצט זייער הכשר האט איר געוויסט אז דער אלעמאן באקנטע  דוד הרשע איז פין די חברי הכשרות ביי זיי דעס וועל איך איבער לאז'ן פאר די רבנים



תוקן על ידי ychtzel ב- 16/11/2009 17:38:05



תוקן על ידי המהדרין ב- 16/11/2009 18:02:39

ychtzel » 16/11/2009 17:26

פארוואס זאלן אינזערע מוסדות וואס אינז האלט מער אויס מיט אינזערע אפגעפלאגטע געלט איינקויפן ברויט אין דאס גלייכן ביי איינעם וואס האט דע הכשר פין דע ..... אין שיקט חודשליך א פעטן טשעק וואס א שיינע חלק זענען מיר א שותף פאר דע נאציס אז זיי זאלן אינז קענען בגנב'ן אין אפטיען אלע ערליי רשעות וואס מעגליך?

תוקן על ידי ychtzel ב- 16/11/2009 17:28:17



תוקן על ידי המהדרין ב- 16/11/2009 18:03:32

ychtzel » 16/11/2009 18:28

וואס האלט דער עולם זאל מען ארויף לייגן ווער סהאט א הכשר פין וועד הכשרות (הרשעות) אדער נישט?

פארשטייצעך » 16/11/2009 20:10

איך מיין אז סתם בויקאטירן אנדערע אידן, ווייל זיי האלטן נישט פונקט ווי איך, איז נישט אויסגעהאלטן.
הגם ר' אהרן טייטלבוים מיט קהל בערנאדא פירן יא די נארישע בויקאטירן פאליטיקס,
ספעציעל מיט מוסדות וואס טאנצן נישט נאך זייערע צייטונגען פאליטיקס.
אבער זיך פארלאזן אויף זיי, דארף מען זיכער נישט, און ספעציעל אז עס ווערט אנגעפירט דורך דעם הולך בערכאות ברוך טייטלבוים, וואס האט ליידער גערופן זיין זיידע בערכאות.

איך שטעל מיר פאר אז די סיבות פארוואס די מוסדות נעמען פראדוקטען פון פלעצער מיט בערנאדא הכשרים, איז צוליב פרייז און מעגליכקייט, מען דארף אבער פארלאנגען אז די פלעצער זאלן האבן אויך די השגחה פון קהל יטב לב, און דער דיין הרה"ג ר' ארי' זאל אראפגיין געבן דעם הכשר, אדער אפילו פון התאחדות הרבנים וכדומה.



ychtzel » 16/11/2009 20:14

איך רעדט נישט חס ושלום פין אוועק נעמען פין יענעם פרנסה נאר ווי קענען מיר אליין שטיצן מיט גרויסע געלטער דע רשעים וואס פייניגען אינז פאר גארנישט אין זיי ניצן אינזער געלט יא אינזער געלט צי באצלן פאר דע אלע גניבות בית החיים =בית יואל =  וכדומה

PARRKIST » 19/11/2009 20:38

אגב ווער ס'ווייסט נאך נישט וואס ס'איז ארויפגעשווימען ביי די פרשה פון די מחמירים מצה ווען דער ר' ברוך ט"ב האט געדונגען עפעס א בחור'ל וואס וואוינט רוב יאר אליינס אין בודאפעסט אז ער זאל זיין דער משגיח תמידי, און דער בחור האט זיך דעמאלטס צובראכן א פיס אין 4 וואכן אפגעליגן אין בעט און נישט ארויס פון שטוב. און דא אין אמעריקא האט זיך פארקויפט די מצות אונטערן נאמען 'מחמירים'. זייט דעמאלטס איז ער נישט באגלייבט ביי מיר מיט א טרונק וואסער


דיןתורה » 19/11/2009 22:20

parrkist
די ברענגסט א מעשה וואס נאר נחום ראזענברגעג איז דער מקור דערפון

לאעליכם » 19/11/2009 22:21

אמת דיןתורה עס איז ידוע אז גלייך דערנאך איז ארויפגעשווימען דעם גאנצן שקר ווי בוימל אויפן וואסער!

PARRKIST » 19/11/2009 22:36

אנטשולדיגט מיר די מעשה האב איך געהערט מער ווי איינמאל פון דעם בחור 
אגב ער איז גאנץ א באקאנט נאמען זייענדיג א יליד וומסב"ג
צווייטנס האב איך ב"ה קיינמאל נישט אויסגעהערט נחום'ן

ווער_איז » 24/11/2009 19:41

איך וואלט פארגעשלאגן דער עולם זאל שרייבן פאזטיו למשל ווער סאט נישט דע הכשר פין דוד עקשטיין(וועד הכשרות)
ווי למשל

פריעדמאן'ס פיש איז די אייציגסטע פיש סטאר אין קרית יואל וואס האט די הכשר פין התאחדות הרבנים

היימישע בעקערי אויף פרעשבורג איז אויך פין די אייציגסטע בעקערי'ס אין ק"י מיט נישט זייער הכשר נאר האט התאחדות

די היימישע סאלאט'ן ביי היימאן'ס גראסערי איז אויך נישט פין דוד עקשטיין'ס (וועד הכשרות) הכשר


ווער סווייסט נאך זאל שרייבן

ווער_איז » 24/11/2009 20:09

יעצט באקימען אין אישית

ר' עקיבא וויינשטאק'ס מצה בעקערי האט אויך נישט דוד עשטיין'ס (וועד הכשרות) הכשר

ווער_איז » 24/11/2009 23:09

אין אויך האב איך געהערט אז סאיז דא א היימישע אינגערמאן אין קרית יואל וואס מאכט לאקשן אין פערפל וואס האט אויך נישט די הכשר פין דוד עקשטיין(וועד הכשרות) סהייסט גרינפעלד'ס

תוקן על ידי ווער_איז ב- 24/11/2009 23:27:43