די הערליך עלעגאנטע פארטי איז פארגעקומען אין גרויסן "בית רחל" זאל, אין די צופלוס פון מענטשן איז געווען געוואלדיג! מען האט כסדר צוגעשטופט טישן און בענק צוליב די געוואלדיגע צופלוס פון מענטשן.
איינע פון די סיבות אויף די געוואלדיגע שטראם פון נשים צדקניות איז געווען וויבאלד הרבנית הצ' תליט"א אשת הגה"צ אב"ד קהלתינו בווימסב"ג שליט"א איז ספעציעל געקומען צו פארן, און אויך אויפגעטרעטן מיט א מייסטערהאפטע רעדע.
די מסיבה איז אריבער גאר געלונגען, און געגעבן גרויס חיזוק פאר די הנהלת הכולל.
אויף צומארגנס זונטאג איז די חשובע רעביצין אריבערגעפארן קיין לאנדאן, ווי זי האט אויפגטראטן מיט "פינף" דרשות פאר פרויען און מיידלעך.