היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אדמו"ר מתולדות אהרן מיט מהר"א מסאטמאר

אדמו"ר מתולדות אהרן מיט מהר"א מסאטמאר

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2718616

למען_האמת » 16/11/2009 03:49

דעם קומענדיגן דינסטאג קומט פאר א ברית אין ביהמ"ד תולדות אהרן אין קרית יואל, מהר"א מסאטמאר גייט זיין סנדק, אדמו"ר מתו"א גייט זיין מוהל.

עס איז צום גלייבן אז זיי וועלן פארברענגען צוזאמען פאר אדער נאכ'ן ברית.

זעליג_כהן » 16/11/2009 04:45

און מיט דעם 'וועט' פלאצן די 11 און א האלב יעריגע באלאן פון די זאליס...

מנחם_מענדל » 16/11/2009 04:49

זעליג'ל, שוין טוט עס וויי? סאיז נאך נאר א השערה פון א היידפארק שרייבער... שלאף רואיג.

זעליג_כהן » 16/11/2009 04:56

ס'איז נישט 'שוין', ס'טוט שוין וויי פון ווען תולדות אהרנ'ער האט אפגעשטאט די באזוך אין ק''י הארט לכניסת השבת...

ארגינעלער » 16/11/2009 06:49

כבולעו כך פולטו,
ברוך אתה בבאיך ברוך אתה בצאיתך
יהי שם השם מבורך מעתה ועד עולם.



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 16/11/2009 14:21:33

דוד46 » 16/11/2009 19:20

די אהרונים זענען מוראדיג

דער רבי פון תולדות אהרן שליט"א איז דערווייל יעדעס מאל געקומען באזוכן דעם צדיקל פון מאנראו, אבער די אהרונים האבן געפירט מיט אים א מערכה ווייל תו"ט לייגט נישט אין בלאט.

יעצט ווען עס גייט אוסיקומען אז זיי וועלן זיין צוזאמען ביי איין שמחה, זענען זיי העפי...

המנצחשותק » 16/11/2009 19:33

דוד זיי א מענטש און פארגין אונז די שמחה

דאס איז ביי אונז די זעלבע שמחה ווי ביים באזוך פון רבי לייבוש פון פשעווארסק שליט"א און ביים יוטערן פון רבי מנשה דיין שליט"א ווייל ביי דעם ווערט צופלאצט ענקערע זייפ-באלאנען וואס ענק האבן געפרואווט צו איינווארצלען ביי ענקערע יונגווארג