היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » גענוג מיט צרות! ר' בצלאל משה בלום זצ"ל פון תולדות אהרן

גענוג מיט צרות! ר' בצלאל משה בלום זצ"ל פון תולדות אהרן

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2718332

לוויות » 15/11/2009 15:51

שבת פארטאג איז נפטר געווארן פלוצים דער נגיד הנכבד ר' בצלאל משה בלום זצ"ל אין עלטער פון 63 יאר פון די באי ביתו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.

ער איז געווען א גרויסער ת"ח א גרויסער בעל צדקה וחסד, א גביר וואס האט אויסגעטיילט א געוואלד פאר יענעם.

א זון פון הרה"ח ר' משה דוד בלום זצ"ל מחשובי חסידי תולדות אהרן

א איידעם פון הרב החסיד המרומם ר' יעקב פנחס פעלדמאן שליט"א מזקני חשובי חסידי תולדות אהרן ובעל מחבר ספרים נפלאים.

די לווי' איז ארויס נעכטן נאכט פון ביהמ"ד תולדות אהרן


יהא זכרו ברוך.

למען_האמת » 16/11/2009 06:49

איינער פון די מספידים, איך מיין ר' דוד בצרי, האט מעיד געווען אז די לעצטע 30 יאר איז ער אויפגעשטאנען יעדע נאכט ביי חצות און געלערנט ביז אינדערפרי.

ער איז געועון א סעמפל פון תורה וגדולה, ער איז געווען א מולטי מיליאנער, און דאך געלערנט יומם ולילה, נגלה און נסתר.

די לעצטע 7-8 יאר האט ער אויסגעהאלטן א כולל פון זיין אייגענעם טאש, ווי ער איז אליינס געזעצן און געלערנט.