א גוטע וואך.
א פרישער ספין מבית מדרשו של חכם הספינערס, און דאסמאל אין עברית.
ווי עס ווייסן אלע האט ווילאמסבורג געהאט די זכי' די וואך שב"ק צו האבן אלס גאסט כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א -- דער סקווירא'ער רבי האט געפראוועט א הערליכן שבת און עס האבן זיך באטייליגט הונדערטער אידן פון די גאנצע שטאט, און צוגאב צו די הונדערטער אידן - געסט וואס זענען מיטגעקומען מיטן רבי'ן שליט"א.
אט הערט א געשעניש: דאנערשטאג נאכט איז דער טעוועלע וואס חסידי סקווירא האבן אויפגעשטעלט לכבוד רבם פארענט פון זיין אכסני' אויף בעדפארד עוו. אראפגעבראכן געווארן דורך געוויסע עלעמענטן, דערווייל האט די אקציע נאכנישט קיין פאראנטווארטליכע, די אהרונים שרייען אז דאס איז די זאלי'ס, די זאלי'ס זאגן אז דאס זענען די אהרונים וואס ווילן פראוואקאצירן א.א.וו.
ויבוא ר' יונה, און דעם פארום 'בחדרי חרדים' מיט א הימל שריינעדיגע קעפל "מלחמה בווילאמסבורג רז"ל נגד סקווירא", און אט הערט א חידוש פון א ספין, ער שרייבט אז דער סקווירא'ער רבי גייט פירן דעם שבת און ראז קעסיל זאל וואס איז אונטער די בעלות פון יצחק ראזענבערג וואס איז פון די ראשי קהלה ביי די אהרונים דאס האט ביי די זאלונים אויסגערופן בייז בלוט און באשלאסן דאס אפצושטעלן פאר יעדן פרייז -- טא וויאזוי ספראוועט מען זיך מיט דעם פראבלעם, הערט און שטוינט, מען וועט זיך מיט דעם סקווירא'ער רבין אריינלאזן אין א מערכה וועגן דעם עירוב.
וואס זאל איך איך באמוטשען, ליינט און שטוינט און האלט איך ביי די זייטן
(פרייע איבערזעצונג פון עברית)
די גאסן אין ווילאמסבורג קוקן אויס ווי אינמיטן א שווערע מלחמה, די ארגסטע פאשקעווילן זענען אויף די גאסן, גרויסע פלאקאטן זענען אנגעהאנגען כמעט אין יעדעס ווינקל, פאליציי אין אלע גאסן (חיים אליעזר גראס?!), מחלליה מות יומת, צא טמא, מחלל שבת, חילול שבת וכו'. וואס האט פאסירט? די וואך שבת וועט כ"ק אדמו"ר מסקווירא וויילן אין ווילאמסבורג, ער וועט פירן דעם שבת און די ריזיגע ראז קעסיל זאלן וואס איז אונטער די בעלות פון יצחק ראזענבערג פון די ראשי קהלה פון סאטמאר מהר"א. די לעצטע פאר וואכן האבן די זאליס געמאלדן פאר די סקווירא קהלה אז אזא חוצפה'דיגן אקט פון אפרעכטן דעם שבת אין דעם זאל וועט נישט פארשוויגן ווערן. נאך וואס די זאליס האבן געזעהן אז סקווירא פייפט זיך אריין האבן זי זאליס באפוילן אז סקווירא מוז מפרסם זיין א מודעה בכתי"ק פון סקווירא'ער רבי'ן אז עס איז פארבאטן צו טראגן מיטן עירוב שבת אין ווילאמסבורג. סקווירא האט צו דעם אויך נישט מסכים געווען. די זאליס האבן באפוילן פאר אלע שמשים אראפצורייסן די מודעות פון סקווירא פון זייערע שוהלן סקווירא לא הסכים לזה, און אנשטאט דעם אויפגעהאנגן ריזיגע פלאקאטן קעגן דעם עירוב און קעגן סקווירא. און די ישיבות און אין די ת"ת פון די זאליס האט מען אויסגערופן אז מ'זאל נישט גיין צום סקווירא'ער רבינ'ס טיש. דאנערשטאג נאכט האבן די קווינסטע בחורים געמאכט א פאגראם אין ווילאמסבורג! זיי האבן אראפגעריסן אלע מודעות וואסן מעלדן אויפן באזוך פון דעם סקווירא רבי'ן, צובראכן דעם ברוכים הבאים טעוועלע פארענט פון די אכסני' פון רבי'ן, אנגעפירקלט די שטראזן און אויף ס'הויז פון רבינ'ס אכסני' מיט געמיינע לאזונגען אזוי ווי: מחלל שבת צא טמא וכו', אלע גאסן אנגעקלעפט מיט ריזיגע פלאקאטן, איבערהויפט אנטקעגן די אכסני' פון רבי'ן. פארזעצונג באגלייט מיט בילדער נאך שבת.
יונה, דאס בויך זשומעט מיר פון געלעכטער, איך פארשטיי פארוואס די האסט באשלאסן צו אראפמאלן אזא שווארץ בילד דייקא אין דעם איזרעלישן פארום, הלמאי די חברה דארט האבן א שטארקע סימפאטיע צום סקווירא'ער רבי'ן, און עס וועט זיי אויפברויזן אויף די זאליס, אבער איך מיין אז איך דארף שוין גארנישט מוסיף זיין נאכדעם וואס איינע פון די ניקס דארט האבן מגיב געווען " הערשט א שעה צוריק בין איך אדורך ווילאמסבורג, און איך האב נישט געזעהן קיין אויסערארדענטליכע פאסירונען, אפגערעדט פון א מלחמה פראנט!! אפשר רעדסטו פון די שטארקע ווינטען וואס בלאזן יעצו אין ניו יארק? אויב אזוי האב איך געזעהן א צאל היטן פליען אויף די גאסן אין די בעלי בתים לויפן זיי נאך...."
חוץ מזה ווייסט איינער פון וואס פארא צעטליך דער יונה רעדט וואס זענען געהאנגן קעגן דעם סקווירא'ער רבין? איך האב געזעהן איין צעטיל אינגאנצן וואס כ'קען טראכטן, א ברוך הבא צעטיל פון די אהרונישע קהל...