פיפציג אינגעלייט, נייע תושבים בשכונת ברך משה, האבן היינט פארופען א קהל'ס מיטונג ווי זיי האבן געפאדערט אז מ'זאל זיך אונטעראיילן מיטן לאנג ערווארטעטע התמנות פון חתן כ"ק מרן אדמו"ר שליט'א, הרה"ג שמעון זאב מייזליש שליט"ט אלס רב הבהמ"ד ומו"ץ השכונה.
שכונת ברך משה, וואו עס וואוינען שוין 74 משפחות, איז א שפאגעל נייע געגענט וואו עס ווערט יעצט געבויט 362 דירות. אזוי ווי אין אלע געגענטער, איז מיוחד געווארן גאר א גרויסע שטח פארן ציקומפדיגע גרויסע געגענד שול וואו ר' שמעון זאב וועט דינען אלס רב הבמ"ד.
היינט אינמיטן טאג איז רבינו שליט"א געווען ביים גיסן א צייטווייליגע מקוה. די שול היינטצוטאגס איז אויך צייטווייליג אין די קאמויניטי רום וואס די בויער האט געמוזט געזעצליך צושטעלן.
אנוועזענד ביי די היינטיגע מיטונג מטעם הקהל איז געווען ר' אברהם ווידער, ר' דוד עקשטיין, ר' אליעזר ווייס, ר' ליפא גראס.
