גרויסע סקווירא שבת אין וומ''ס
28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2717744
די וואך וועלן די סקווירא חסידים פראווען א גרויסע שבת אין וומ''ס, אין אפצייכענען 30 יאר, פין ווען דער סקווערער רבי ז''ל האט געפענט זיין שטיבל אויף בעדפארד עווי אין וומ''ס
סקווירא רבי וועלכע האט זיך שוין נישט געפינען אויף א שבת אין וומ''ס פאר 3 יאר (ער פלעגט אמאל קומען 2 מאל א יאר, ווייסט איינער פארוואס מען האט אויפגעהערט?) וועט פירן טיש אינאיינעם מיט אסאך געסט פין שיכון סקווירא אין די ראוז קעסיל זאלען
השבת נועם הנשמות
זאלי'ס אין מערכה מיט סקווירא?
ווער עס קען נישט די זאלי'ס וועט עס נישט פארשטיין
אבער זיי האלטען נישט אויס איינעם וואס טוט אנדערש ווי זיי, אין אנערקענט נישט אין זייער......
איין'ס פין די דגמאות איז דער וומ''ס עירוב, נאכדעם וואס זיי האבען שוין געלייגט שווערע לחץ אויף סקווירא רבי'ן אז ער זאל זיך אריינמישען אין די מחלוקה פין די עירוב, אין ער וויל בדעה שטיין ווייט דערפון, האבען זיי יעצט פריש פראבירט צו לייגען שווערע לחץ אין דרוק כדרכם.
אבער בלייבענדיג אין קיין רעזולטס, האבען זיי זיך גענומען צו די אלטע דרכים
מ'האט די נאכט ארויסגעשיקט די קווינס בחורים זאלען אנקלעבן אלע סקווירא צעטליך מיט מחללי' מות יומת סטיקערס
מ'האט אראפגעריסען די גרויסע סיין ביי די יעצטיגע סקווירא שטיבל
אין מ'האט אנגעפעיסט גרויסע אנטי עירוב פאסטערס, ארום די גאנצע ראוז קעסיל זאל (זיי וואסען נישט אז ראוז קעסיל אין הצלחה גראסערי אין די סאטמערע מיידעל שולע האבען קעמרע'ס אין אלע זייטן)
וכו'
עס ווערט ערווארטעט אז אלע זאלי'ס וועלן זיך אינטערלייגען אינטער די קעריזשעס אזווי ביים סויער פין די רעביצין.
באקומען איין בילד פין פלאשינג אין ווייט קעגן איבער ראוז קעסיל
[בילד – נישט אפגעהיט]
אינטערעסאנט די פיקטשער פון נאראמת זעהט שוין אויס אזוי אלט, די צעטל איז 3 טעג געווארן אזוי אלט אויסזעהענדיג...
למען האמת ס'איז געווען געפערליכע ווינטן אין נוא יארק די וויקענד, און דאס האט אראפגעברענגט דעם הייליגן סיין פארן סקווירא'ר רבי'ן.
סטיקער'ס ביי די אכסניא פין סקווירא רבי שליט''א אין אויף אלע סקווירא פאוסטער'ס
פירות פין קווינס,
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2717776&forum_id=771
תוקן על ידי nuremes ב- 15/11/2009 5:04:30
דוד'ל/זעליג
קענסט נאך יעצט גיין זעהן די פריש געפעיסטע פאוסטערס אין וועסט פרעגן אלע שכינים אויב דאס האט געהאנגען פאר 4 טאג ציריק.
נאר וואס דען, די סקווירא זענען נישט אזעלכע קעלבלעך, זיי האבען געריסען אלע צטעלעך וויפיל זיי האבען געקענט
לגבי די סיין, דאס איז שוין געווען אראפגעבראכען נאך פאר די ווינטען.
תוקן על ידי nuremes ב- 15/11/2009 5:02:06
רעביענקל/nuremes
גוד דזשאב, פון ליע ראסס זעה איך האסטו נאכנישט געכאפט א בילד, דיין סעל האט נאך מעמארי?
ס'איז א פארט פון די סעריע ''אפערעישן רבנים שווענקינג''
ס'איז געקומען נאכדעם וואס מ'האט איינגעזעהן אז די תקנות מאכט נישט אויס און זיינע מענטשן ווילן נישט פארגעסן זיין טונקעלע היסטערי פאר אפאר תקנות, איז אפגעשמועסט געווארן אז מ'וועט פראבורן מאכן אויסקקוקן פאר די אייגענע אז 'פרעמדע רבנים' האלטן פון אים..
אבער וויאזוי מאכט מען עס ווען רוב רבנים איז א סוד פאר בראד פארוועם זיי קערן אן, האט מען געהייסן די געדינגענע שרייבערס טוישן דירעקציע אנשטאט האקן אויף רעכטס און לינקס אויף אלע רבנים און פני העדה, זאל מען טוישן ניגון, רבי לייבוש איז מיט אונז..., רבי ישראל חיים מנשה איז מיט אונז...,
און יעצט א רבי וואס איז זיין שוואגער אבער גיבט אפ וועלטס כבוד ווען מהר''יי קומט מיט אים אין שייכות, זאגט מען מהר''יי האסט אים והא ראי' ס'איז אראפגעפאלן די סיין, און ס'איז דא סטיקערס......
אבער איך מיין ס'איז א שאד די געלט און צייט, איטס א לאסט קעיס...
די שבת איז געווען א זעלטענע סוקסעס, ביים טיש פרייטוג צו נאכטס האבען זיך געצויגען 10 שטאקיגע פארענטשעס אין די גאנצע לענג פין די זאלי אין ס'געווען הערליך פיל
א הערליכע אוובען אן האט באשיינט דעם טיש
ווי עס האבען זיך באטייליגט צווישען אנדערע, וויענער רבי, סאטמאר וומ''ס רב (א נעפיו), וויזניץ מאנסי רב (א נעפיו), וכו'י
----------------------
די זאלי'ס האבען געזעהן אין דעם גאנצען שבת א דורכפאל פאר זייער עקזיסטענץ (גיי פארשטיי א זאלי'ס) זיי האבען נישט געקענט אראפשלינגען אז מ'האט נישט גענומען זייערע זאלען, אין מ'האט גאר גענומען דעם פראכטפולען גרויסען ראוז קעסיל, אין נאכדעם וואס סקווירא האט זיך נישט געלזאט ברעכן פין זייער דרוק אין טעראר זיך אריינצומישען אין די מחלוקה פין די וומ''ס עירוב,
ספעציעל ווען זיי האבען געזעהן די צעטליך פין קהל יטב לב באגריסענדיג סקווירא רבי'ן שליט''א
המקום ינחם....
זעליג/דוד
כ'האב נישט די ווערטער דיך צו טרייסטען, כ'האב נישט געוויסט אז די מיט אלע אלע זאלי'ס וועלן זיך אזוי נעמען צום הארצען דעם גאנצען שבת.
| זעליג_כהן כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | |
האט מען געהייסן די געדינגענע שרייבערס טוישן דירעקציע אנשטאט האקן אויף רעכטס און לינקס אויף אלע רבנים און פני העדה, זאל מען טוישן ניגון, רבי לייבוש איז מיט אונז..., רבי ישראל חיים מנשה איז מיט אונז...,
אבער איך מיין ס'איז א שאד די געלט און צייט, איטס א לאסט קעיס...
|
|
רבותי! ברעקניג ניוז!
די ארונים זענען פיסטע שקרנים, ר' לייבוש האט קיינמאל נישט באזיכט ביי סאטמערע רבי, ק''י דיין האט קיינמאל נישט באזיכט ביי ר' ישראל חיים מנשה....
(קרעדיט: זעליג)
סיי וויאזוי, די באהאלטס נישט דיין ווילן פין פארדרייען דעם אשכול, סוי ביטע זיך האלטען צום טעמע
פינעם סוקסעספולען סקווירא שבת אין וומ''ס
ס'איז געווען א פראכט, נאכדערצו ביים קלימאקס ביים טאנץ נאכ'ן טיש ס'איז געווען 'וינועו אמות הסיפים!!!' ווען די רבי איז אריינגעקומען האט ווי א לעקטרישע שאק באנומען דעם עולם וואס האט זיך ספאנטאן אויפגעהויבן, און מיט דרך ארץ געבליבן שטיין ביז ער האט איז אנגעקומען למקומו לשלום, ביים תורה האט א שטילקייט באהערשט דעם זאל אז מען האט געקענט הערן א פליג, אפי' ס'איז געווען א רעגן איז געווען דער זעלבער עולם ווי אייביג! די איידלקייט האט אראפגעשיינט פון די פילשטאקיגע פארענטשעס, ס'האט זיך דערקענט די יראת שמים וואס די רבי קנעלט אריין אין די ישיבה תלמידים.
פין אישי
פין די זאלי'ס טעקס מעסעזשעס
SatmarHQ: police investigating pro Eirev chevra who broke sign of sqware rebe they wanted it 2 look like anti eirev did it.
SatmarHQ: Aronim vanderlized house of skvere rabbis achsanya, the signs and lights,
ענק דארפען אפמאכען, אויף וועם צו לייגען די שילד, נישט זיך סותר זיין אין איין טאג 2 מאל
פון ארונים טעקסט מעסעדזש
(פון אישי וויל איך באקום נישט קיין טעקסט...)
AnashSatmar: We did a good job!, we took down skver rabbi's sign, & as of now there's already on hydepark ppl who think the Zali's did it!
ווער פירט אן די טעקסט סיסטעם?
נעבעך זאליס, נעקסט טיים שטינקט נישט אן.
זיי האבן אנגעפירקעלט ווילי, צובראכען די סיין ביים סקווער רבי הויז, אנגעשפירצט די גאסן מחללי' מות יומת, די זאליס זענען צושאנד און צושפאט.
טא געטראפן אן עצה...
די אהרונים האבן עס געמאכט... יוסעלע פליט איז געווארן אן אהרוני... די בחורים וויינבערגער זענען אהרונים... יצחק שטערן איז אן אהרוני...
טא פון ווי האבן די אהרונים די עירוב סטיקערס.. און די עירוב פלאקאטען?
זיי האבן עס געגנבט פון די זאליס...
איצט זאליס טאמער דאס וועט נישט ארבעטן, פאנגט אן זינגען: סקווער אליינס האט עס געטאן... נישט די חסידים... נאר די רבי אליין...
נאכדעם וואס די זאליס האבן אנגעמאכט אזא חילול השם דעם שבת.
וואס די 2 וויינבערגער ברידערס וואס לערנען אין קווינס ישיבה האבן אראפ געבראכן די סיין לכובודו פין סק'ווירא רבי'ן
אין נאכדעם וואס דער פרא אדם יאסעלע פריעד האבן אנגעשמירט אלע גאסן קעגן סקווירא .
האט גרויס קהל אין וויליאמסבורג גענימען שריט אין ארויס געהאנגען פלאקטען אין אלע גאסן
א ברוך הבא פארן גרויסן גאסט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
לויט וויפיל איך בין באקאנט האט סקרווירא רבי געהייסן זיין עולם נישט טראגן מיטן עירוב
דעמאלטס פארוואס האבען זיי געטראגען אין די מאסען? (לדאבונינו)
(זיי זענען נישט קיין זאלי'ס, דארט פאלגט מען די רבי,)
כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א נעמט נישט קיין שטעלונג און פאליטשע זאכען און פונקט ווי ער פרעגט נישט סאטמאר צו ער מעג גיין צום כותל
פרעגט ער נישט ביי ענק צו מקען ניצען דעם עירוב הגה"צ ר' פישל הערשקאוויטש שליט"א איז גענוג פאר איהם זיך סומך זיין דאס איז נישט די פראבלעם פון סקווירא דאס איז ענקער אייגען פראבלעם
איך האב נישט געזען סקווירא טראגן דעריבער קען איך דיר נישט ענטפערן, וואס איך ווייס יא איז אז סקווירא רבי האט געהייסן נישט טראגן.
נ.ב. קענסט ווייטער פארציילן אז די זאלי'ס האבן געריסן געבראכן וכו'... איך זאג נישט אז נישט ווייל איך ווייס נישט, וועסט נאר דארפן טרעפן א צווייטע סיבה פארוואס.... די זאליס האבן געריסן געגבראכן וכו'.
נפל קענסט פארקויפן דיינע געבעקסן פאר דיינע קעלבעך, דעם גרויסער עולם וואס איז געווען ביי סקווירא רבי'ס טיש, האט געזעהן ווי אלע יודען פין יעדן עלטער מיט די שטיוועל טראגען די שטריימעל אין היטן אין בעגס ציליב די רעגן, טראץ ענקער טעראר.
דאס האבען ענק נישט געקענט איבערטראגען, ווייל ער איז שוין דער 3'טע רבי וואס איז ציגאסט אין וומ''ס דעם ווינטער אין קיינער פין זיי האט נישט אינטערגעריבען ענקערע צטעלעך טראץ די דרוק אין טעראר, פשעווארסקער רבי, תו''א רבי (ציליב זיין הערצה צו ר' פישל הערשקאוויטש), סקווירא רבי,
איך בין נישט געווען אין וו"ב דעם שבת, און איך בין נישט געווען אין "חדר פרטי" פון פשעווארסקער רבי, תו"א רבי און סקווירא רבי איך זאל קענען זען וואס מ'פרעשערט זיי אינטערצושרייבן... אויב איז בכלל דאס עפעס אמת אין דיינע ווערטער, אינטערסאנט אז די ווייסט אפילו אויך א סיבה פארוואס תו"א רבי האט נישט אינטערגעשריבן...
איין זאך ווייס איך יא און אויף א פאקט, איך בין געווען אין ראדני עטליכע מאל די לעצטע צוויי וואכן, ראדני איז געווען היבש באקלעבעט מיט ברוכים הבאים צעטלעך פאר סקווירא רבי.
| נפל כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | איין זאך ווייס איך יא און אויף א פאקט, איך בין געווען אין ראדני עטליכע מאל די לעצטע צוויי וואכן, ראדני איז געווען היבש באקלעבעט מיט ברוכים הבאים צעטלעך פאר סקווירא רבי. |
|
שקרן!
טיפיקעל זאלי'ס,
די בעסטע דיפענטס "אפענס"...
נפל, אפשר האט ער 'געוואלט' הייסן אז מען זאל נישט טראגן.. וד"ל
לויט וואס איך האב געזעהן האבן אלע סקווירא בחורים געטראגן פלעסטיגס אויף זייערע אין פראנט פין סקווירא רבי'ן.
אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד האבן געהאנגען די ברוך הבא מודעות פון סקווירא אין אלע אריינגאנגען, אפילו ביים הויפט אריינגאנג פון ראדני האט שבת געהאנגען די קאלירטע מודעה.
משה יונה וויינבערגער'ס צוויי בחורים האבן ציבראכן די סיין פין סקווירא רבי'ן
| דוד46 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | |
אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד האבן געהאנגען די ברוך הבא מודעות פון סקווירא אין אלע אריינגאנגען, אפילו ביים הויפט אריינגאנג פון ראדני האט שבת געהאנגען די קאלירטע מודעה.
|
|
יעצט זאגסטו איבער דעם זעלבן ליגענט מיט דיין אנדערע ניק?
למען האמת, מ'האט אפשר יא געלזאט הענגן 1/2 צעטלעך ווייל עס איז געווען גיט אנגקלעבט מיט מחללי' מות יומת סטיקער דורך די קווינס בחורים, אבער מער ווייניגער זענען אלע צטעלעך געווען אראפגעריסען.