היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נאטיצען פון נטרונא - א שאד אויפן געלט

נאטיצען פון נטרונא - א שאד אויפן געלט

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2717542

ביבער » 13/11/2009 04:16

גאנץ א שיינער גליון פון נטרונא....
http://www.natrina.org/yiddish/notes11.pdf
די התגרות באומות איז ליידער געפערליך...אבער ס'וועט פאר נטרונא גארנישט העלפן..אונזער אינגעלייט זענען ליבערשט  פאר ביבי ווייל ער איז קאנסערווארטיוו און באפריינדעט מיטן מנהיג דור ראוש לימבא, וואס ווי באקאנט רעדט ער ריין פון נגיעות, כולו ל.... ענדערשט ווי פאר אונזער פרעזידענט אבאממא יר"ה, ער איז קלאר א וויסטער שונא ישראל, פארוואס? ווייל אפילו אין אמעריקע איז ער א ליבעראלער מיט אלע זיינע שיטות, אבער בנוגע פאליטיק פון מדינת ישראל מיז ער אן נעמען שיטת העקסטרעמיסטען, אויב איז ער נאר א ליבערעלער ציוני איז ער א וויסטער שונא ישראל...
"אז ראוש לימבא קען איינרעדען ארעמעלייט ווי וויכטיג עס איז, אז זיי זאלען בלייבען עניים ואביונים, ווייל דאס איז גוט פאר אמעריקא, און חלילה באקומען פאגראמען שטיצע, קען ער אויך איינרערעדן אונזערע קלוגע אינגעלייט אז ער איז א אוהב ישראל..."
די וועלט זאגט א ווערטעל:
 אז מ'שנייט אויף א דעמעקראט, טרעפט מען א: קאמעניסט
אז מ'שנייט אויף א רעפאבליקען, טרעפט מען א:נאצי

עס איז אפשר א שארפער אויסדרוק אבער דער מכוון איז פארשטענדליך

משנתחסידים » 13/11/2009 09:06

נישט צו פארשטיין ווי מען קען הערן אינגעלייט זאגען נאך פון ראש לימבאו
איך האב אים צוגעהערט אין ער איז א אגאיסטישטער עקל וואס איז בכלל נישט משכנע.

rebyankel » 13/11/2009 18:56

כ'ווייס נישט וואס די רעדסט פין לימבא

דאס איז זיכער א נוטרונא טוט אויף, אין מ'דארף זיי ארויסהעלפן.

nys10952 » 13/11/2009 19:25

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
כ'ווייס נישט וואס די רעדסט פין לימבא

דאס איז זיכער א נוטרונא טוט אויף, אין מ'דארף זיי ארויסהעלפן.


ביסט 100 פארצענט גערכט איך בין מיט דער