היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » לכבוד התחלת הבני' "קרית יואל ירושלים"

לכבוד התחלת הבני' "קרית יואל ירושלים"

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2716967

נפל » 12/11/2009 01:03

די ארוינים זענען זייער פרייליך מיט זייער נייע "קריה" רבותי די מדובר איז "1" "איינציגע" בנין. נישט ווייל איך פארגין נישט פאר די ארוינים נאר איך קען נישט דערליידן איבערגעטריבענע פראפעגאנדע.

רשכבהגולם » 12/11/2009 01:40

אויב די קענסט פארגינען,
מעגסטו אויך קענן דערליידען,

מיר ארט מער אז די קאמענטסט דערויף, ווי די עצם זאך וואס די שרייבסט,
פארוואס זאל דיינע אויגן זיך בכלל אהין דרייען,

חאחאחאחאחא » 12/11/2009 09:13

זיי נישט מקנה!!!!
יא יא ביי אונז אנ"ש בועיט מען שוין די קרוב צו אכטציג דירות ווי ביז 18 חדשים וועט עס בעז"ה זיין גרייט און ביי ענקער שיכון און דוד גאס און ירושלים אין אזוי אויך און בני ברק האלט מען נאך פאר אלעס אזווי די שכנים מאכן גרויסע צרות!!!!

לאעליכם » 12/11/2009 13:10

חסדי ה' כי לא תמנו, אן קיין טעראר אן קיין בג"צ אן קיין פייניגונגען זענען אנ"ש ארויס געגאנגען און זיך געמאכט א היימיש ריין ווינקעלע לתורה ולתפלה, קודם א כולל למצויינים "ויואל משה" מיט בליעה"ר זיבעציג אינגעלייט, און דערנאך א שיין ביהמ"ד "ברך משה" לשם ולתפארת בראשות הגה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"צ, און דערנאך די תלמוד תורה וואס פארמאגט שיין אייניגע כיתות, ווי אויך א כיתה ט' און א ישיבה קטנה, און מען זעהט ב"ה די שיינע פירות זרע ברך ה'. און ברוב רחמיו וחסדיו הייבט מען איצט אן די בוי-ארבייט ביי שיכון "קרית יואל".

דאקעגן די זאלי'ס אין בני ברק האבן טעראריזירט מיט אלע מיטלען, און וואס האט עס זיי געברענגט?? גארנישט!, נאר אזויווי דער רשע אין פרקי אבות "גם לי גם לך לא יהיה" מ'זאל נישט קענען בויען די דירות פאר אנ"ש אין בני ברק.

ראו מה בין בני לבין חמי!!!

חאחאחאחאחא » 12/11/2009 14:43

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]



[בילד – נישט אפגעהיט]




[בילד – נישט אפגעהיט]


בכורשוטה » 12/11/2009 15:19

חסדי השם