היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דוד עקשטיין איז שוימיג ביז דע ציין אויף ענגליש

דוד עקשטיין איז שוימיג ביז דע ציין אויף ענגליש

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2716491

1חלה_דעקל » 11/11/2009 06:49

ווי עס קוקט אויס האט מען שוין ווייטער מחליט געווען אז מגייט דערקלערן אז סאטמאר איז איינס אין איין בעל הבית אבער דאס מאל אין ענגליש כדי די דזאדש זאל פארשטיין וואס מען רעדט גענדיגט מיטן שווייגן יעצט האט דוד עקשטיין גענומען די געזעץ אין די האנט אריין

[בילד – נישט אפגעהיט]

YESWECAN3 » 11/11/2009 07:24

ווייסט איינער אפשר ווער דער נייער סופר... איז? וועלכער לאקס איז דאס?...

ביתהחיים » 11/11/2009 07:33

מיסטער יעס וויקען..למאי נפקא מינה..ער האט די פעדער אין די שעלט...

1satmar » 11/11/2009 11:52

דא איז דער פאָצעלע חיים לאקס ער מיט וויינשטאק פירן שוין אן א לעגערע צייט מיט דוד'ס טראר
[בילד – נישט אפגעהיט] 

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי 1satmar ב- 11/11/2009 11:54:03

נפל » 11/11/2009 19:17

אויב געדענק איך גוט האבן די ארוינים אלעמאל געניצט א פיקשער פון ביהמ"ד אויף זייער לעדער העד נאר נאכדעם וואס די זאליס האבן אנגעהויבן ניצן דעם נאמען יטב לב מיט א טייטלבוים האבן די ארוינים געטוישט צו די טייטלבוים, לפי עניית דעתי קענען די ארוינים נישט האבן געריכטיליכע טענות.

יוספ7 » 11/11/2009 19:28

קיקט דע לאקס נישט אויס ווי א מאנג........... וואס פארשאפט אסאך געלט פאר דע חברה דארך שערי חמל.......

KJ » 11/11/2009 19:41

מיינע ווערטער זענען זיכער איבעריג, ווייל צו די חברה קען מען נישט רעדן, און ס'איז נישט דא אויף וועמען צו פרעגן קיין קשיות.

אבער, וויאזוי פארשטייט אפילו איינער מיט א ברעקל שכל, אז זיי מעגן אין ניו יארק נוצן דעם נאמען קהל יטב לב אין די צייט וואס די זאלונים טענה'ן אז זיי זענען יטב לב, און זיי זענען למעשה די וואס זיצן אויף אלע נכסים און בנינים פון קהל יטב לב, דאך וועלן זיך די ארונים נישט צוריקהאלטן פון זיך רופן יטב לב, אויב אזוי וואס איז אנדערש קרית יואל ווי וויליאמסבורג?

נאר ווי געזאגט, נישט דא וועם צו פרעגן און אויף וועמען צו פרעגן..

סקאטמאלען » 11/11/2009 20:28

ווייל די ארוניס אין וומבר"ג האבן זיך אלס גערופן קהל יטב לב, ביז תשמ"ט זענען זיי געווען אינווייניג און פון תשמ"ט אין ווייטער האבן זיי תיכף מערער געווען, גערופן צו די"ת קארט, צו בהיתר צו באיסור, און זיי האבן אויף קיין איין רגע נישט אויפגעהערט צו פונקציונירן אלס קהל יטב לב, צו אין אלטע אפיז צו א נייע אפיס.

ווידער עטס זענטס שוין אינדרויסן פון קרית יואל קהל לכה"פ 10 יאר, אסאך פון ענקערע ראשי הקהל זענען שוין אינדרויסן פון קהל כמעט 30 יאר, ענק האבן קיינמאל נישט פיקציונירט אלס א קהלה, נישט געהאט קיין אפיס קיין ווירטשאפט, קיין גארנישט, גאנץ לעצטענס האבן ענק זיך געעפנט א נייע קהלה "קהל ויואל משה", איין שיינען טאג, ויהי היום נאך 20-30 יאר, וואס מ'הערט נישט פון ענק, האבן ענק זיך אויפגעוועקט אז ענק זענען קהל יטב לב, א גוט מארגן, אפשר זאגט איר מיר ווי זענט עטס געווען ביז יעצט? ווער האט געפירט קהל יטב לב קרית יואל די לעצטע 30 יאר?

פרישקייט » 11/11/2009 20:28

אין וויליאמסבורג איז געווען א סכסוך ווער ס'איז קהל יטב לב קענען זיך ביידע אזוי רופן,
אבער אין קרית יואל איז קלאר אן קיין שום ספק שוין לאנגע יארן אז קהל יטב לב איז בנשיאות כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א,
אז די זאליס זענען זיך לחיים ולשלום געגאנגען זאלן זיי זיך רופן אן אנדערן נאמען.



תוקן על ידי פרישקייט ב- 11/11/2009 20:31:59

לאעליכם » 11/11/2009 23:51

א הימל-שרייענדע עוולה: טוישן פון "ויואל משה" אויף "יטב לב" (כמו דבר"י)...

אויף דעם איז נוגע די סיסמא "כל המשנה ידו על התחתונה" (גענומען פונעם עם הארצות'דיגן בריוו פון זלמן'ען בנוגע די אריזאנע ווייץ).

קריעה וואלט מען געברויכט רייסן...

ychtzel » 12/11/2009 00:00

איך פארשטיי נישט פארוואס סטראשעט דוד הרשע מיט קארט זאל ער ריפען צי דין תורה ער האט טענות פארוואס אינז לאמיר זיך נישט מער בגבענען זאל ער ריפן צי דין תורה



נאכאמאל לאמיר ניצען זיינע געשרייען



דוד שטעל דיך צי דין תורה מיר זענען גרייט ריף אינז צי דין תורה אזוי ערליכע אידען האבן אייביג געטין!!!!!!!!!!!!!!!!



תוקן על ידי ychtzel ב- 12/11/2009 0:00:49

לאעליכם » 12/11/2009 00:19

פארוואס שיקט נישט בני יואל א הזמנה לדין תורה און פארלאנגען אז מ'דארף גיין צו זייערע דיינים וועלכע קענען די תהלוכי הקהלה(אזויווי די זאלי'ס)...???

YESWECAN3 » 12/11/2009 01:58

פרישקייט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אין וויליאמסבורג איז געווען א סכסוך ווער ס'איז קהל יטב לב קענען זיך ביידע אזוי רופן,
אבער אין קרית יואל איז קלאר אן קיין שום ספק שוין לאנגע יארן אז קהל יטב לב איז בנשיאות כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א,
אז די זאליס זענען זיך לחיים ולשלום געגאנגען זאלן זיי זיך רופן אן אנדערן נאמען.

שעפעלע...סאיז אבער אויך קלאר אז די ברך משה זצ''ל האט געשריבען עפעס א בריוולע..געדענקסט נאך...ממילא איז שוין גאר דא א שטארקע ספק..ווער די ריכטיגע קהל יטב לב איז...



לאעליכם » 12/11/2009 13:14

דו לץ דו!
איך ווייס נישט פון א בריוועלע וואס "ער" האט געשריבן!

KJ » 12/11/2009 19:01

וואס איז באמת די גרויסע רוגז דא? עפעס א אויסגעשפילטע סאסמאן קהילה רופט זיך מיט'ן נאמען יטב לב, איר זענט דאך ממש די רוב איר האט דאך וויטריאל, ש. פארקאש מיט נאך אלע "פעסטע" יונגען, שטערט ענק אז עפעס א שולעכל מיט אינגעלייט מיט גאנצע בארד און פיאות רופט זיך יטב לב?

אויששש » 12/11/2009 19:21

דו ברויכסט צו פארשטיין אז קהל יטב לב איז פשוט מקנא די מוצלח'דיגע זאליס אין קרית יואל
אלעס קומט נאר פון קנאה

KJ » 12/11/2009 19:29

אויששש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דו ברויכסט צו פארשטיין אז קהל יטב לב איז פשוט מקנא די מוצלח'דיגע זאליס אין קרית יואל
אלעס קומט נאר פון קנאה


טאקע אמת, ס'איז קנאה, נישט נאר אויף די מוצלח'דיגע זאליס אין קרית יואל, נאר אויך אויף די מוצלח'דיגע (ווערעמדיגע) בני יואל אין קרית יואל, און נאך מער אויף די מוצלח'דיגע (שלא כדרך הטבע) זאליס אין ברוקלין, זיי האבן איבערגעלאזט די ארונים ערגעץ אין א געדונגענע הויף מחוץ למחנה אין ווילימסבורג, און זיי האבן איבערגענומען סאטמאר..

אבער אויסער קנאה איז דא נאך אסאך טעמים בנגלה ובנסתר, איינס איז פשוט, מדרך הטוב להטיב.. ס'איז דא מענטשן וואס זענען געבוירן צו פייניגן אידן און אויסטיילן צרות (אפילו ווען זיי זעען ווי דאס האט זיי דערווייל געפירט).

אויששש » 12/11/2009 19:34

ר' KJ זיי נישט אזוי ווילד מ'האב מיר ביידע געזאגט די זעלבע זאך אז די ארונים זענען מקנא די זאליס
די חילוק איז נאר אז איך האב עס געשריבן רואיג און דו שרייבסט דאס איבער זייעהר ווילד און גערעגט
זייט ווען איז א מענטש אזוי אין צארן אז מ'איז איהם מקנא ???
אה, איך מיין אז דו שפירסט שוין ווער ס'איז מקנא, שלינג דאס אראפ אסער רואיג

KJ » 12/11/2009 19:51

איך האב עס געשריבן מיט די פולסטע רואיגקייט, זעט אויס די זאכן וואס שטייען דארט האבן דיר ווילד געטאנצן אין די אויגן..

אויששש » 12/11/2009 21:50

פליז ליין נאכאמאל איבער דיינע ווערטער אבער יעצט..... מיט א רואיגקייט